אַ סך יודאַיִקאַ־פֿאָרשער, ווי אויך עקספּערטן פֿון ייִדישע ביכער, כּתבֿ־ידן און פּאַשקעווילים קענען זיך איצט באַרויִקן, נאָך דעם וואָס די נאַציאָנאַלע מלוכישע ביבליאָטעק פֿון ישׂראל האָט לעצטנס מודיע געווען, אַז זי האָט געקויפֿט די באַרימטע „וואַלמאַדאָנע־טרעסט־ביבליאָטעק“ — דער סאַמע־וויכטיקסטער פּריוואַטער אַרכיוו פֿון ייִדישע מאַנוסקריפּטן. אַ סך יודאַיִקאַ־פֿאָרשער האָבן פֿריִער געהאַט אויסגעדריקט זייער זאָרג, אַז מע וועט צעטיילן די אוניקאַלע זאַמלונג און זי פֿאַרקויפֿן ביסלעכווײַז.
די ליציטאַציע־פֿירמע Sotheby’s האָט אַראַנזשירט דעם פֿאַרקויף, אין וועלכן עס האָט אויך אָנטייל גענומען די פֿירמע Archeology Books און די פּריוואַטע זאַמלער פֿון זעלטענע ייִדישע כּתבֿ־ידן — ד״ר דוד דזשעסעלסאָן און זײַן פֿרוי ד״ר ימימה דזשעסעלסאָן. מע האָט נאָך ניט פֿאַרעפֿנטלעכט, וויפֿל די ישׂראלדיקע נאַציאָנאַלע מלוכישע ביבליאָטעק האָט באַצאָלט פֿאַר דער זאַמלונג.
אורן ווײַנבערג, דער דירעקטאָר פֿון דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק, האָט דערקלערט, אַז „די אײַנשאַפֿונג פֿון דער ׳וואַלמאַדאָנע־טרעסט־ביבליאָטעק׳ און איר אָנקומען קיין ירושלים שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ געוואַלדיקע געלעגנהייט פֿאַר דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק פֿון ישׂראל ווידער צו פֿאַרווירקלעכן איר וויזיע פֿון באַנײַונג. עס וועט אויך דערמעגלעכן, אַז פֿאָרשער און סתּם פֿאַראינטערעסירטע איבער דער גאָרער וועלט וועלן איצט האָבן אַ צוטריט צו אָט די אוצרות.“
די „וואַלמאַדאָנע־טרעסט־ביבליאָטעק“, וואָס נעמט אַרײַן מער ווי 13,000 חפֿצים, האָט צונויפֿגעשטעלט דער בריטישער דימענט־הענדלער דזשעק לונצער. לונצער האָט אַ נאָמען געגעבן דער זאַמלונג „וואַלמאַדאָנע“ ווײַל זײַן איטאַליענישע ייִדישע משפּחה האָט אור־אַלטע וואָרצלען אינעם דאָזיקן שטעטל, וואָס געפֿינט זיך ניט ווײַט פֿון דער שטאָט אַלעקסאַנדריע אין צפֿון־מערבֿ איטאַליע. דערפֿאַר איז ניט קיין חידוש, וואָס אַ ריי פֿון די סאַמע־טײַערסטע כּתבֿ־ידן אין דער קאָלעקציע שטאַמען פֿון איטאַליע, דאָס אַזוי־גערופֿענע „וויגעלע“ פֿון העברעיִשער דרוקערײַ.
צווישן די הונדערטער אוניקאַלע חפֿצים אין דער זאַמלונג געפֿינט זיך:
— די איינציקע פֿאַרבליבענע ספֿר־תּורה פֿון ענגלאַנד וואָס מע האָט געשריבן איידער מע האָט די ייִדן פֿאַרטריבן פֿון לאַנד אין 1290.
— די סאַמע ערשטע „מקראות גדולות“ וואָס מע האָט אַמאָל אַרויסגעלאָזט.
— דאָס ערשטע בוך וואָס מע האָט אַמאָל געדרוקט אין אַפֿריקע: אַ סידור פֿון פֿעז (מאַראָקאָ) פֿון 1516.
— דאָס סאַמע ערשטע בוך וואָס מע האָט געדרוקט אין פּאָרטוגאַל, דעם רמב״נס פּירוש אויפֿן תּנ״ך פֿון 1489.
— אַן אַרטיקל פֿון 1666 פֿון אַ האָלענדישער צײַטונג וועגן דעם „פֿאַלשן משיח‟, שבתי צבֿי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.