אין ליטע גייט אָן ווײַטער די קאָנטראָווערסיע איבער דעם גורל פֿונעם אָרט אין ווילנע, וווּ עס איז געשטאַנען דער אַמאָליקער ייִדישער בית־עולם.
דער בית־עולם, וווּ מע האָט לכתּחילה מקבֿר געווען דעם ווילנער גאָון, האָט מען פֿאַרלייגט אין זעכצנטן יאָרהונדערט. אין די 1800ער און 1900ער יאָרן האָט מען פֿאַרלייגט צוויי נײַע בית־עלמינס, מחמת עס איז ניט געבליבן קיין אָרט אויפֿן אַלטן בית־עולם. דער אַלטער בית־הקבֿרות איז אָבער פֿאַרבליבן אַ הייליק אָרט, וווּ די ווילנער ייִדן קומען אויף קבֿר־אָבֿות צום אוהל פֿונעם ווילנער גאָון.
ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן די סאָוועטן אַנעקסירט דעם אַלטן בית־עולם און מע האָט באַשלאָסן אַריבערצופֿירן דאָס געביין פֿונעם ווילנער גאָון באַנאַנד מיט זײַן אוהל אינעם נײַעם בית־עלמין. צו דער זעלביקער צײַט האָט מען אַריבערגעפֿירט דאָס געביין פֿון אַ ריי פּראָמינענטע ייִדן אינעם נײַעם בית־עולם. נאָך דער מלחמה האָבן די סאָוועטן אין גאַצן צעשטערט מיט בולדאָזערס דעם אַלטן בית־עולם און אויך אַ צווייטן בית־עולם, אויסנוצנדיק די מצבֿות ווי שטיינער צו ברוקירן וועגן און אויפֿצובויען נײַע בנינים.
אויפֿן אָרט פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן בית־עולם האָט מען אויפֿגעשטעלט אַ ריזיקן „ספּאָרט־פּאַלאַץ“, אַ סטאַדיאָן אינעם סאָוועטישן סטיל. דער סטאַדיאָן איז הײַנט ניט מער ווי אַ חורבֿה און ווערט בכלל ניט גענוצט. די ליטווישע רעגירונג וויל אים דערפֿאַר פֿאַרוואַנדלען אין אַ קאָנפֿערענץ־צענטער, וואָס זאָל ווערן דאָס הויפּט־אָרט פֿאַר ריזיקע פֿאַרזאַמלונגען אין לאַנד.
די איצטיקע פֿירערשאַפֿט פֿון דער ייִדישער קהילה אין ווילנע שטיצט דעם רעגירונגס פּלאַן, דערקלערנדיק אַז מחמת דעם ווילנער גאָון ליגט אויפֿן נײַעם בית־עולם און עס זענען סײַ ווי סײַ ניט פֿאַרבליבן קיין מצבֿות אויפֿן אַלטן בית־עלמין, זאָל די רעגירונג בויען ווי זי וויל. אַ סך ייִדן אין דער ליטע, ווי אויך אַ סך ליטוויש־אָפּשטאַמיקע ייִדן אין אויסלאַנד, שטעלן זיך אָבער קעגן דעם פּלאַן, ווײַל מע האַלט אַז אַזאַ בוי־אַרבעט וועט אפֿשר שטערן די מתים וואָס מע האָט דאָרטן באַערדיקט און אַז ס׳איז בכלל ניט פּאַסיק ווידער צו שטערן אַזאַ הייליק אָרט.
רייזקע בלאָטשטיין, אַ ייִדישע טאָכטער פֿון ווילנע, האָט לאַנצירט אַ פּעטיציע וואָס מע וועט דערלאַנגען דעם ליטווישן פּרעמיער, דער ליטווישער פּרעזידענטקע און אַנדערע פּאָליטיקער און רעגירונגס־באַאַמטע. ביז אַהער האָבן שוין 35,000 מענטשן אונטערגעשריבן די פּעטיציע, כּדי אויסצודריקן זייער אָפּאָזיציע צום פּלאַן.
דער לינגוויסט דוד כּ״ץ, אַ ווילנער תּושבֿ וואָס באַטייליקט זיך זייער אַקטיוו אין אַ פֿאַרשידענע קאַמפּאַניעס לטובֿת דעם היסטאָרישן זכּרון פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער ליטע, רעכנט אויס אויף זײַן וועבזײַט אַלע מענטשן און אָרגאַניזאַציעס, וואָס האָבן אויסגעדריקט קעגנערשאַפֿט צום פּלאַן. צווישן זיי געפֿינט זיך דער סאַטמאַרער רבי, יואל טײַטלבאַום, באַנאַנד מיטן הויפּט סאַטמאַרער בית־דין, צענדליקער אָנפֿירנדיקע ליטווישע רבנים, דיינים און ראָש־ישיבֿות פֿון אַמעריקע, ישׂראל, קאַנאַדע און דער שווייץ, און אַ ריי היסטאָריקער.
די פֿרומע ייִדישע קהילה פֿון קאָוונע, די צווייט־גרעסטע שטאָט אין דער ליטע, האָט אויך אויסגעדריקט איר קעגנערשאַפֿט אין איינעם מיט אַ צאָל ייִדישע אָרגאַניזאַציעס געווידמעט דעם אָפּהיטן די היסטאָרישע בית־עולמס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.