נײַער עפּיזאָד פֿון „ווײַבערטײַטש“: ריינע שעכטער

New Episode of Vaybertaytsh: Reyna Schaechter

ריינע שעכטער
Facebook
ריינע שעכטער

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 22, 2017, issue of January 27, 2017.

דער נײַער עפּיזאָד פֿון סאָסיע פֿאָקס׳ פּאָדקאַסט „ווײַבערטײַטש” הייבט זיך אָן מיט אַן אויסצוג פֿון אַן אינטערוויו מיט ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן וועגן דעם באַטײַט פֿון ייִדיש בײַם ייִנגערן דור פֿון איר משפּחה. ס׳איז אַ פּאַסיקער אָנהייב, ווײַל דער עפּיזאָד איז טאַקע געווידמעט איינס פֿון שעכטער־גאָטעסמאַנס קרובֿים, ריינע שעכטער — הײַנט אַ סטודענטקע אין „יעיל־אוניווערסיטעט”. ריינע דערקלערט וועגן איר הינטערגרונט ווי אַ זינגערין און געבוירענע ייִדיש־רעדנערין און ווי אַזוי די צוויי פֿאַקטאָרן האָבן משפּיע געווען אויף איר לעבן.

ווי די טאָכטער פֿונעם כאָר־דירעקטאָר בנימין שעכטער איז זי פֿון אָנהייב אָן געווען פֿאַרטיפֿט אין דער וועלט פֿון מוזיק בכלל, און פֿון דער ייִדישער כאָר־מוזיק בפֿרט. אין „יעיל” איז זי, אפֿשר אומבכּיוונדיק, נאָכגעגאַנגען די פֿוסטריט פֿון איר טאַטן: כאָטש זי האָט לכתּחילה אויסגעקליבן דעם פּרעסטיזשפֿולן אוניווערסיטעט צוליב זײַן פּראָגראַם אין מוזיקאַלישן טעאַטער, איז איר הויפּט־אַקטיוויטעט מחוץ דעם קלאַסצימער געוואָרן אַן אַקאַפּעלע־גרופּע. פֿאַראַיאָרן איז זי געוואָרן דער קאַפּעליעס מוזיקאַלישער דירעקטאָרשע, עפּעס וואָס זי האַלט וואָלט געווען שווערער, ווען זי וואָלט ניט געווען איר פֿאָטערס אַ טאָכטער.

ווי אַ סטודענטקע וואָס קאָנצענטרירט זיך אויף געשיכטע האָט זי אויסגעפֿונען אַז אַ סך היסטאָריקער אויפֿן געביט פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן קענען זיך ניט געהעריק באַנוצן מיט ייִדיש־שפּראַכיקע מקורים. דערפֿאַר האָט זי באַשלאָסן צו מאַכן אַ ביז־גראַדויִר־טעזיס וואָס זאָל אַרײַננעמען איר קענטעניש פֿון ייִדיש. די פֿראַגע איז נאָר געווען, ווי אַזוי?

ריינע האָט געוואָלט פֿאָרן קיין פּוילן, אָבער ניט כּדי צו שטודירן דעם חורבן. האָט זי באַשלאָסן אויסצופֿאָרשן ווי אַזוי די פּוילישע ייִדן האָבן פּרובירט, אין די סוף 1940ער יאָרן, ווידער אויפֿריכטן דאָס ייִדישע לעבן. לייענענדיק די היסטאָרישע דאָקומענטן און די זכרונות פֿון ייִדישע שרײַבער, האָט זי זיך דערוווּסט וועגן געוויסע אינערלעכע קאָנפֿליקטן, און טאַקע דאָס דערציילט זי אינעם פּאָדקאַסט.

מע קען זיך צוהערן צום עפּיזאָד דאָ: //www.vaybertaytsh.com/episodes/2017/1/17/episode-8-reyna-schaechter.