די „קאָרעט־פֿונדאַציע‟ האָט נאָר וואָס געשאָנקען אַ צען מיליאָן־דאָלאַרדיקע סובווענץ דעם „בית התּפֿוצות מוזיי“ אין תּל־אָבֿיבֿ. דער מוזיי וועט אויסניצן דאָס געלט צו שאַפֿן אַ ריזיקע פּערמאַנענטע אויסשטעלונג וואָס וועט הייסן „די אינטערנאַציאָנאַלע שול פֿונעם ייִדישן פֿאָלק א״נ קאָרעט“.
לויט אַ פּרעסע־קאָמוניקאַט פֿונעם מוזיי האָפֿט מען אַז די שול וועט שאַפֿן פֿאַרבינדונגען בײַם ייִדישן פֿאָלק דורך אַ כּלערליייִקער, נאָוואַטאָרישער פֿײַערונג פֿון 4,000 יאָר ייִדיש לעבן, קולטור און געשיכטע.
מוזיי־באַאַמטע האָבן אַנאָנסירט אַז ס׳איז די גרעסטע סומע וואָס דער קנאַפּע פֿערציק־יאָריקער מוזיי האָט ווען עס איז געקראָגן פֿון אַן אַמעריקאַנער פֿילאַנטראָפּישער פֿונדאַציע. די סובווענץ איז פֿאַקטיש איינע פֿון די גרעסטע וואָס די „קאָרעט־פֿונדאַציע‟, וואָס איר ביוראָ געפֿינט זיך אין סאַן־פֿראַנציסקאָ, קאַליפֿאָרניע, האָט אַ מאָל געשאָנקען אַ ישׂראלדיקער אינסטיטוציע.
„מיט דער וויזיאָנערישער שטיץ פֿון דער ׳קאָרעט־פֿונדאַציע׳ — האָט דעקלאַרירט אירינאַ נעווזלין, די פֿאָרזיצערין פֿונעם מוזייס פֿאַרוואַלטונג — וועט דער מוזיי אָן שום ספֿק ווערן דער גלאָבאַלער קנופּ פֿאַר אַ נײַעם דיאַלאָג וועגן דער פֿראַגע וואָס סע הייסט דאָס זײַן נישט נאָר אַ ייִד, נאָר אַ מיטגליד פֿונעם ייִדישן פֿאָלק“. דער מוזיי קוקט אויך אַרויס אַז די אינטערנאַציאָנאַלע שול זאָל ווערן דאָס שײַנדל פֿון דער דערציִונג־פּראָגראַם בײַם מוזיי.
די „קאָרעט־שול‟ וועט זײַן אַ טייל פֿונעם מוזייס איצטיקן רעמאָנט, וואָס מע פּלאַנירט צו פֿאַרענדיקן אין 2019. דער פּראָיעקט, אַרײַנגערעכנט פֿיר גאַלעריעס וואָס האָבן פֿאַר אַ יאָרן געעפֿנט די טירן, איז דערמעגלעכט געוואָרן דורך אַ קאַמפּאַניע וואָס האָט געשאַפֿן אַזש הונדערט מיליאָן דאָלאַר.
אַניטאַ פֿרידמאַן, די פּרעזידענטקע פֿון דער „קאָרעט־פֿונדאַציע‟, האָט מודיע געווען אין אַ פּרעסע־קאָמוניקאַט: „אינעם 21סטן יאָרהונדערט נייטיקן מיר זיך אין נאָוואַטאָרישע ייִדישע אינסטיטוציעס און באַטײַטיקע נײַע צוגאַנגען. די ׳קאָרעט־שול׳ וועט שפּילן אַן עיקרדיקע ראָלע אין שטאַרקן די ייִדישע אידענטיטעט און ייִדישע אַרײַנגעצויגנקייט, און שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ נײַע געלעגנהייט צו אַנגאַזשירן, אינספּירירן און דערציִען אירע באַזוכער.‟
„נעמענדיק אין באַטראַכט די הײַנטיקע וועלט־געשעענישן — האָט צוגעגעבן דזשעפֿרי פֿאַרבער, דער הויפּט־עקזעקוטיוו פֿון דער „קאָרעט־פֿונדאַציע‟ — איז דאָס שליחות הײַנט נאָך מער דרינגענדיק ווי פֿריִער.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.