האָט אַ ליקוי־חמה „אָפּגעשטעלט די זון‟ פֿאַר יהושע הנבֿיא

Did a Solar Eclipse 'Stop the Sun' for Joshua?


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 25, 2017, issue of January 27, 2017.

לויט דער באַקאַנטער געשיכטע אין תּנ׳׳ך, האָט די זון געהאָלפֿן, אַז יהושע הנבֿיא זאָל פֿירן די בני־ישׂראל צו אַ ריזיקן נצחון. איצט גיבן ישׂראלדיקע וויסנשאַפֿטלער איבער, אַז זיי פֿאַרשטייען ווי אַזוי עס איז געשען: דער שלאַכט איז פֿאָרגעקומען פּונקט אין דער זעלביקער צײַט ווי אַ ליקוי־חמה.

מיט דאַטן פֿון דער אַמעריקאַנער מלוכישער קאָסמאָס־אַגענטור NASA גיבן איבער די דרײַ פֿאָרשער פֿון „בן־גוריון־אוניווערסיטעט‟ אין אַ וויסנשאַפֿטלעכן אַרטיקל, אַז דער זונעקליפּס און דער שלאַכט זענען פֿאָרגעקומען דעם 30סטן אָקטאָבער 1207 פֿאַר דער איצטיקער צײַט־רעכענונג. זייערע דערפֿינדונגען זענען לעצטנס אָפּגעדרוקט געוואָרן ווי אַן אַרטיקל אינעם זשורנאַל „בית מקרא‟.

לויטן צענטן קאַפּיטל פֿון ספֿר יהושע האָבן די בני־ישׂראל מלחמה געהאַלטן מיט פֿינף אַרמייען, וואָס זענען אָנגעפֿאַלן אויף דער שטאָט גבֿעון. יהושע האָט געהאַט צוגעזאָגט צו פֿאַרטיידיקן די אײַנוווינער פֿון דער שטאָט און האָט באַוויזן צו באַזיגן די פֿינף מלכים פֿון די פֿײַנדלעכע לענדער. יהושע האָט געבעטן גאָט, ער זאָל העלפֿן די בני־ישׂראל דורכן אָפּשטעלן די זון:

„דענצמאָל האָט יהושע גערעדט צו גאָט — אין דעם טאָג וואָס גאָט האָט איבערגעגעבן דעם אמורי צו די קינדער פֿון ישׂראל — און ער האָט געזאָגט פֿאַר די אויגן פֿון ישׂראל: זון, שטיי שטיל אין גבֿעון, און לבֿנה, אין טאָל פֿון אילון. און די לבֿנה האָט זיך אָפּגעשטעלט, ביז דאָס פֿאָלק האָט זיך נוקם געווען אָן זײַנע פֿײַנט,‟ (ספֿר יהושע 12־13 לויט יהואשס איבערזעצונג).

די פֿאָרשער האָבן באַמערקט, אַז עס זענען דאָ אַנדערע אור־אַלטע געשיכטעס אין וועלכע אַ גאָט שטעלט אָפּ די זון. אין דער תּנ׳׳כישער געשיכטע שפּילט אָבער אויך די לבֿנה אַ ראָלע. דערפֿאַר זענען די פֿאָרשער געקומען צום אויספֿיר, אַז עס גייט די רייד וועגן אַ זונעקליפּס, אין וועלכן די לבֿנה גייט צווישן דער זון און דער ערד, בלאָקירנדיק דערבײַ דעם זונענשײַן. זיי האָבן אויסגעטײַטשט דאָס וואָרט „דום‟, וואָס מע זעט בלויז צוויי מאָל אינעם גאַנצן תּנ׳׳ך, ניט ווי „זיך אָפּשטעלן‟, ווי מע טײַטשט עס געוויינטלעך אויס, נאָר ווי „פֿינצטער ווערן‟.

די וויסנשאַפֿטלער, בראָש מיט ד׳׳ר חזי יצחק, האָבן אַנטדעקט אַז במשך פֿון די יאָרן 1500־1000 פֿאַר דער איצטיקער צײַט־רעכענונג איז פֿאָרגעקומען בלויז איין ליקוי־חמה אינעם ראַיאָן, וווּ די בני־ישׂראל האָבן געדאַרפֿט אַרײַנקומען אין ארץ־ישׂראל. דער עקליפּס האָט זיי דערמעגלעכט זיך צו דערוויסן, אַז דער שלאַכט איז פֿאָרגעקומען פּונקט 4:28 נאָכמיטאָג, דעם 30סטן אָקטאָבער 1207.

די וויסנשאַפֿטלער האַלטן אויך, אַז זיי האָבן געפֿונען דאָס אָרט, וווּ דער שלאַכט איז פֿאָרגעקומען. לויט דעם האָבן זיי אויסגעאַרבעט דעם 30־קילאָמעטערדיקן מאַרשרוט פֿון גלגל ביז גבֿעון, אויף וועלכן יהושע און זײַנע סאָלדאַטן זענען געגאַנגען במשך פֿון איין נאַכט.

דער אַרטיקל האָט גאָרניט וואָס צו זאָגן וועגן די שטיינער פֿון האָגל, וואָס לויטן תּנ׳׳ך האָבן אומגעבראַכט אַ סך מענטשן בשעתן שלאַכט.

„ניט אַלעמען געפֿעלט, אַז מיר באַנוצן זיך מיט דער פֿיזיק כּדי צו באַשטעטיקן געשיכטעס פֿון דער תּורה,‟ האָט יצחק דערקלערט אין אַן אינטערוויו מיט דער ישׂראלדיקער צײַטונג „הארץ.‟ „איך ווייס, אַז אַ סך מענטשן האַלטן דאָס בלויז פֿאַר אַן אופֿן פֿון ראַציאָנאַליזירן דעם ביטחון. מיר טענהן ניט, אַז אַלצדינג וואָס שטייט אין דער תּורה איז באמת פֿאָרגעקומען. מיר האַלטן אָבער יאָ, אַז ס׳זענען דאָ זאַכן אינעם טעקסט וואָס ווערן באַשטעטיקט דורך דער אַרכעאָלאָגיע.‟