אַז מע גייט פֿאַרבײַ דעם ריזיקן נאַציאָנאַלן דענקמאָל צו די דערמאָרדעטע אײראָפּעיִשע ייִדן, וואָס געפֿינט זיך אין בערלין, זעט מען אָפֿט ווי יונגע לײַט שפּילן זיך אין באַהעלטערלעך, פֿאַררייכערן אַ פּאַפּיראָס, מאַכן „זיכעלעך״ (selfies בלע״ז) און כאַפּן שטראַלעכלעך זון.
דעם 28־יעריקן ישׂראליש־דײַטשישן שרײַבער און סאַטיריקער שחק שפּירא איז עס שוין נימאס געוואָרן. האָט ער קאָפּירט פֿון דער אינטערנעץ אַ טוץ אַזוינע „זיכעלעך‟ און זיי אַרויפֿגעשטעלט איבער אמתע פֿאָטאָגראַפֿיעס וואָס דאָקומענטירן נאַצישע פֿאַרברעכנס. דעם מאָנטאַזש האָט ער אַרויפֿגעלאָדן אויף אַ וועבזײַט וואָס ער רופֿט סאַטיריש אָן „יאָלאָקאָסט“, פֿונעם ענגלישן אַקראָנים פֿון „מע לעבט נאָר איין מאָל“ (You only live once). די שאָקירנדיקע בילדער האָבן זיך ווילד אָנגעכאַפּט אָנלײַן.
אויף איין בילד זעט מען ווי אַ לאַכנדיק מיידל באַלאַנסירט זיך אויפֿן דענקמאָל, בעת אונטער איר — ליגן מתים פֿונעם באַוואַרישן שקלאַפֿן־לאַגער קאַופֿערינג, פֿאָטאָגראַפֿירט פֿון אַמעריקאַנער סאָלדאַטן אין אַפּריל 1945.
אַנדערש וווּ זעט מען ווי אַ יונגער־מאַן דזשאָנגלירט באַלעמס אין אַ בילד (וואָס ער אַליין רופֿט אָן „אַן אויסערגעוויינלעך אָרט“), נאָר עס זעט אויס ווי ער טרעט אין אַ גרוב פֿול מיט פֿריש אויסגעשאָסענע קרבנות.
די סאַטירע, אַרויסגעלאָזט די פֿאַרגאַנגענע וואָך לכּבֿוד דעם אינטערנאַציאָנאַלן חורבן־אָנדענקטאָג, דעם 27סטן יאַנואַר, האָט אַרויסגערופֿן אַ וויכּוח וועגן דעם ווי ווײַט מע מעג ניצן אימאַזשן פֿון לײַדן כּדי אַרויסצוברענגען אַ געוויסן מוסר־השׂכּל. אַפֿילו דער ניו־יאָרקער אַרכיטעקט וואָס האָט אויספּלאַנירט דעם דענקמאָל, פּיטער אײַזנמאַן, האָט זיך קעגנגעשטעלט, אַז דאָס שטעלן מתים אין די פֿאָטאָגראַפֿיעס איז נישט אויפֿן אָרט. דער ציל פֿונעם דענקמאָל, האָט אײַזנמאַן געזאָגט, איז אַז טוריסטן זאָלן קומען פּנים־אל־פּנים מיט די אייגענע געפֿילן וועגן אַזאַ אָרט. ער זאָגט, אַז ס׳אַרט אים נישט אַפֿילו אויב מע שפּילט זיך דאָרט אַרום אַ ביסל.
אַנדערע האַלטן, פֿאַרקערט, אַז שפּיראס קריטיק איז פּונקט אָנגעמאָסטן. אַנדרעאַס נחמה, דער געוועזענער פֿירער פֿון דער בערלינער ייִדישער קהילה, זאָגט אַז אים שטערט אויך די לײַכטזיניקע שטיק וואָס מענטשן באַגייען לעבן דענקמאָל, און אַז שפּירא האָט דווקא אַרויסגעבראַכט אַ וויכטיקן ענין.
שפּירא שרײַבט אויף דער „יאָלאָקאָסט“־וועבזײַט אַז אַרום 10,000 טוריסטן קומען צו גאַסט צו דעם דענקמאָל יעדעס יאָר און אַ סך פֿון זיי רעדלען זיך אויף רעדלשיך און ביציקלירן דאָרט. פֿון דעסטוועגן, אויב עמעצער זעט זײַן אייגן בילד אין איינעם פֿון די מאָנטאַזשן און בעט שפּירא עס אַראָפּצונעמען פֿון דער וועבזײַט, טוט ער עס. ער האָפֿט אָבער אַז דער מענטש וועט דעמאָלט שוין אַליין פֿאַרשטיין ווי אומפּאַסיק ער האָט זיך דאָרטן אויפֿגעפֿירט.
„שטעלט זיך פֿאָר, ווי אַזוי עס פֿילט זיך אַ גאַסט צום דענקמאָל, װאָס זײַן זיידנס גאַנצע משפּחה איז אומגעקומען אינעם חורבן און מענטשן טאַנצן דאָרט אַרום,‟ האָט שפּירא געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.