אין רוסלאַנד אַנטוויקלט זיך דער סקאַנדאַל אַרום איבערגעבן דעם איסאַק־קאַטעדראַל דער פּראַוואָסלאַווער קירך. דער איסאַק־קאַטעדראַל איז איינער פֿון די באַרימטסטע געוועזענע קאַטעדראַלן פֿון סאַנקט־פּעטערבורג, וואָס אין די 1920ער יאָרן, נאָך דער רעוואָלוציע, איז צוגענומען געוואָרן פֿון דער קירך און פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ מוזיי.
אַנומלט איז דערקלערט געוואָרן, אַז מע וועט דעם קאַטעדראַל אין גיכן אומקערן דער פּראַוואָסלאַווער קירך. די זאַך האָט געפֿירט צו אַ סקאַנדאַל, פּראָטעסטן און פּאָליטישע סיכסוכים. בעת אַזאַ דיסקוסיע אין דעם רוסלענדישן פּאַרלאַמענט האָט דער וויצע־ספּיקער פּיאָטר טאָלסטוי געזאָגט, אַז דער באַשלוס איז שוין אָנגענומען געוואָרן און מע וועט זיכער איבערגעבן דעם קאַטעדראַל דער קירך, און אומדערוואַרט באַשולדיקט אין דעם איצטיקן מצבֿ — די ייִדן. ער האָט געזאָגט, אַז די קעגנער פֿון דעם באַשלוס זענען די קינדסקינדער און נאָכגייער פֿון די, וואָס זענען אַרויס פֿון תּחום־המושבֿ אין 1917 און מיט נאַגאַנעס אין די הענט האָבן צעשטערט „אונדזערע קירכן‟.
דער רוסלענדישער חב״ד, דער רוסלענדישער ייִדישער קאָנגרעס און אַנדערע ייִדישע אָגראַניזאַציעס האָבן באַשולדיקט טאָלסטוי אין שׂינאת־ישׂראל. ער האָט אָבער געזאָגט, אַז געפֿינען שׂינאת־ישׂראל אין זײַנע ווערטער קענען נאָר די, וואָס האָבן אַ קראַנקן קאָפּ, און האָט זיי אַליין באַשולדיקט אין שׂינאת־ישׂראל. עטלעכע געזעלשאַפֿטלעכע טוער האָבן געזאָגט, אַז אַזאַ שטעלונג איז אוממעגלעך, און טאָלסטוי מוז אָפֿיציעל בעטן מחילה. קיין רעאַקציע איז נאָך ניט געווען.
אין מאָסקווע איז אָפֿיציעל געעפֿנט געוואָרן די אָנדענק־וואָך פֿון די חורבן־קרבנות. אין אויסלאַנד־מיניסטעריום איז פֿאָרגעקומען די אָנדענק־צערעמאָניע און מע האָט געעפֿנט אַן אויסשטעלונג, געווידמעט די רויטאַרמיסטן וואָס האָבן געראַטעוועט ייִדן בעת דער מלחמה. אין עטלעכע שטעט זענען פֿאָרגעקומען באַגעגענישן לזכר דעם חורבן, און עס זענען דעמאָנסטרירט געוואָרן פֿילמען וועגן דעם. אין מאָסקווער קינאָ־טעאַטער „אַטריום‟ איז געוויזן געוואָרן דער נײַער פֿילם פֿון אַנדריי קאָנטשאַלאָווסקי, „גן־עדן‟, וועגן ליבע צווישן אַ קאַצעטלערין און אַ לאַגער־וועכטער. דאָס רובֿ אונטערנעמונגען וועלן פֿאָרקומען דעם 27סטן יאַנואַר, אינעם טאָג פֿון באַפֿרײַען אוישוויץ. אין מאָסקווער טעאַטער „די נײַע אָפּערע‟ וועט געוויזן ווערן די אָפּערע פֿון משה ווײַנבערג — „די פּאַסאַזשירין‟, וואָס אירע העלדן, די געוועזענע קאַצעטלערין און די געוועזענע לאַגער־וועכטערין, טרעפֿן זיך אויף אַ שיף 15 יאָר נאָך דעם ווי די מלחמה איז געענדיקט. צום ערשטן מאָל איז די אָפּערע אויפֿגעפֿירט געוואָרן אין 2010. די רוסלענדישע פּרעמיערע איז פֿאָרגעקומען אין 2016 אין יעקאַטערינבורג. איצט וועט זײַן איר ערשטע פֿאָרשטעלונג אין מאָסקווע.
דער נײַער אַמבאַסאַדאָר פֿון מדינת־ישׂראל גאַרי קאָרען האָט זיך געטראָפֿן מיט די הויפּטן פֿון רוסלענדישן חב״ד, ר׳ בערל לאַזאַר און ר׳ אַלכּסנדר באָראָדאַ. דער אַמבאַסאַדאָר האָט באַזוכט די ייִדישע קהילה אין מאַריינאַ ראָשטשאַ — די שיל, די שולן און כּלערליי בנינים און דינסטן, און האָט צוגעזאָגט צו באַפֿעסטיקן די פֿאַרבינדונג צווישן דער קהילה און מדינת־ישׂראל. ר׳ בערל לאַזאַר האָט באַגריסט קאָרענען מיט זײַן נײַער שטעלע און האָט אים פֿאַרבעטן צו באַזוכן דעם נײַעם מאָסקווער יידישן מוזיי און די אָנדענק־צערעמאָניע לכּבֿוד די חורבן־קרבנות, דעם 27סטן יאַנואַר.
קיין ישׂראל איז געקומען מיט אַ וויזיט דער הויפּט פֿון רוסלענדישן מיניסטעריום פֿון אויסעראָרדנטלעכע סיטואַציעס — וולאַדימיר פּוטשקאָוו, און די רוסישע און ישׂראלדיקע ראַטיר־דינסטן האָבן אָנגעהויבן צו פּלאַנירן זייער שותּפות אין פֿאָרויסזאָגן און באַהאַנדלען די נאַטור־קאַטאַסטראָפֿעס. די ראַטיר־דינסטן פֿון די צוויי לענדער האָבן שוין געאַרבעט צוזאַמען בעת די הײַיאָריקע וואַלד־שׂריפֿות אין ישׂראל.
און די לעצטע ידיעה אויף הײַנט קומט פֿון דעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי: דאָרטן איז אָרגאַניזירט געוואָרן אַ בעגעגעניש, געווידמעט חנה אַרענדט און איר ווערק „טאָטאַליטאַריזם‟. עס האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט פּראָפֿ׳ לעאָניד קאַציס. ער האָט אַנאַליזירט אַרענדטס טעאָריע אינעם קאָנטעקסט פֿון ייִדישער געשיכטע און ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע. ער האָט אויך פֿאַרגליכן אַרענדטס ווערק מיט די פֿון עטלעכע סאָוועטישע פֿילאָסאָפֿן און שרײַבער, וואָס האָבן באַטראַכט די סאָוועטישע סיסטעם פֿון דרינען און האָבן זי באַשריבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.