לויט אַ באַריכט אין דער „ניו־יאָרק־טײַמס‟ ווערט קאָרנברויט, וואָס מע האָט יאָרן לאַנג באַטראַכט ווי „אַלטמאָדיש‟, ווידער פּאָפּולער.
דאָס „ייִדישע ברויט‟ באַווײַזט זיך איצט אין שיין־באַפּוצטע רעסטאָראַנען און אַפֿילו סקאַנדענאַווישע בעקערײַען. עס זעט אויס, אַז די יונגע עסן־פֿאַנאַטיקער האָבן ווידער אַנטדעקט דאָס האַרטע, אויפֿגעיוירטע ברויט, וואָס איז אַמאָל געווען דער סאַמע פֿאַרשפּרייסטער מין ברויט אין סקאַנדינאַוויע, מיזרח־אייראָפּע, דײַטשלאַנד, עסטרײַך און אונגאַרן.
ווי עס דערקלערט די שרײַבערין דזשוליע מאָסקין אין דער „טײַמס‟, איז דער קאָרנברויט געווען פּאָפּולער אין אייראָפּע ווײַל ס׳איז געווען דאָס גרינגסטע צו באַקן. אין דער תּקופֿה פֿאַר דער מאָדערנער אַגריקולטור איז עס געווען זייער שווער צו באַקומען ווייץ. צוליב דעם, וואָס קאָרן וואַקסט אַ סך בעסער אין קאַלטע קלימאַטן איז שטענדיק געווען גענוג קאָרן בנימצא אויף צו באַקן ברויט. בײַ ייִדן איז קאָרנברויט געווען דאָס וואָכעדיקע ברויט און די לײַכטערע מינים ברויט ווי חלה, וואָס מע מאַכט פֿון ווייץ, האָט מען געגעסן ספּעציעל לכּבֿוד שבת.
אינעם 19סטן יאָרהונדערט איז געוואָרן אַ סך גרינגער צו באַקומען מעל געמאַכט פֿון ווייץ און דאָס ברויט אין צפֿון־ און מיזרח־אייראָפּע איז דערפֿאַר געוואָרן לײַכטער און זיסער. מע האָט אָנגעהויבן באַקן קאָרנברויט מיט ווייצמעל און אַרײַנלייגן קימל ווי אַ געווירץ. די פּוילישע און אוקראַיִנישע ייִדן האָבן געבראַכט דאָס דאָזיקע ווייכע, קײַעוודיקע ברויט קיין ניו־יאָרק אין די סוף 1800ער יאָרן. אַחוץ קימל גיט מען אויך אָפֿט צו אַ געמיש פֿון טשערניטשקעס, ענעס, און גליאַנדער־קערלעך, וואָס ווערט אָנגערופֿן „ברויט־געווירץ‟.
אין ניו־יאָרק קען מען פֿאַרזוכן דאָס טראַדיציאָנעלע ייִדישע קאָרנברויט פֿון „אָרוואַשערס‟ אויפֿן אָפּער־וועסט־סײַד, וואָס איז איינע פֿון די באַקאַנטסטע כּשרע בעקערײַען אין דער שטאָט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.