אַ צײַטווײַליקער „קאַצס דעליקאַטעסן‟ אין שפּאַניע

A Temporary Katz's Deli in Spain


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 31, 2017, issue of February 23, 2017.

ווער ס׳איז אַ מאָל געווען צו גאַסט אין מאַנהעטן ווייסט שוין מסתּמא וועגן „קאַצעס׳ דעליקאַטעסן‟. ס׳האָט זיך שוין אַזוי אײַנגעבאַקן אין דער אַמעריקאַנער פּאָפּקולטור, אַז מע געפֿינט עס אַפֿילו פֿון צײַט צו צײַט אין די האָליוווּד־פֿילמען.

„קאַצעס‟, וואָס האָט געעפֿנט זײַנע טירן אויפֿן איסט־סײַד אין 1888, איז פֿון די עלטסטע רעסטאָראַנען אין אַמעריקע, באַקאַנט פֿאַר זײַנע לעגענדאַרישע וווּרשטלעך, פּאַסטראַמע, און נאָך קלאַסישע ייִדישע מאכלים. אַ פּנים האָט מען אויך אַן אינטערעס צו די עסנס מחוץ ניו־יאָרק, און אַפֿילו מחוץ אַמעריקע: במשך פֿונעם גאַנצן חודש יאַנואַר האָט מען זיך געקענט אַרײַנכאַפּן צו אַ „קאַצעס׳ דעליקאַטעסן‟ אין שפּאַניע, גיט איבער אַ באַריכט אינעם ייִדישן שפּײַזבלאָג, The Nosher.

דעם 1טן יאַנואַר האָט מען אינעם האָטעל „אָנלי יו אַטאָטשאַ“ אין מאַדריד געעפֿנט דעם רעסטאָראַן ווי אַ טייל פֿון אַ קאַמפּאַניע פֿון דער בראָנפֿן־פֿירמע „סיגראַם‟. כאָטש „קאַצעס‟ איז נישט קיין כּשרער רעסטאָראַן, נישט אין ניו־יאָרק און נישט אין שפּאַניע, סערווירט מען דאָרט היימישע ייִדישע פּאָטראַוועס, וואָס ייִדישע טוריסטן אין שפּאַניע קענען טאַקע גוט אָפּשאַצן, איבער הויפּט אין אַ שטאָט וואָס איז באַרימט פֿאַר זײַנע מאכלים געמאַכט מיט חזיר־פֿלייש און מולטער־בריאות.

אין דעם צײַטווײַליקן „קאַצעס‟ אין מאַדריד, האָט מען אָבער נישט סערווירט דעם גאַנצן ניו־יאָרקער מעניו. דער בעל־הבית, דזשייק דעל, האָט אַריבערגעבראַכט פֿון ניו־יאָרק פֿיר פֿון די פּאָפּולערסטע מאכלים: קניידלעך מיט יויך, וווּרשטלעך, קנישעס און אַן „עג־קרים‟־געטראַנק צו דעסערט. צו דעם אַלץ האָט מען אויך געקענט צוטרינקען אַ „סיגראַם‟־דזשינקאָקטייל.

דאָס איז געווען צום ערשטן מאָל וואָס „קאַצעס‟ דעליקאַטעסן האָט לאַנסירט אַזאַ מין צײַטווײַליקע קראָם מחוץ ניו־יאָרק. אין פֿעברואַר וועט אַ צווייטער רעסטאָראַן פֿאַרנעמען זײַן אָרט אינעם מאַדרידער האָטעל מיט זײַן אייגענער סחורה.

מסתּמא ווייסן שוין די ליבהאָבער פֿון „קאַצעס‟, אַגבֿ, אַז דער רעסטאַראַן האָט פֿאַראַיאָרן געעפֿנט אַ נײַעם צווײַג אין ברוקלין. ס׳וועט זײַן אינטערעסאַנט צו זען וווּ נאָך דער דעליקאַטעסען וועט זיך נאָך באַווײַזן.