ליבע פֿרײַנד,
ווי אַ צוגאָב צו מיכאַיִל קרוטיקאָווס אַרטיקל וועגן דעם דעניש־ייִדישן שרײַבער מאיר אהרן גאָלדשמידט, דאַרף מען צוגעבן, אַז גאָלדשמידט איז אויך געווען דער רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל Corsair געווידמעט מאָדערנקייט. דאָס האָט אים געמאַכט פֿאַר אַ שׂונא דעם פֿילאָסאָף סאָרען קירקעגאַאַרד, וואָס האָט זיך באַוויזן צו זײַן אַ געוואַלדיקער אַנטיסעמיט.
קירקעגאַאַרד האָט אַזוי געשריבן וועגן גאָלדשמידט און Corsair:
„דער Corsair איז אַוודאי אַ ייִדישער אויפֿשטאַנד קעגן די קריסטן (דער היפּוך פֿון אַ פּאָגראָם)… און עס איז געווען אַ ייִד [גאָלדשמידט] וואָס איז געווען דאָס מיטל… אַ ייִד קען זײַן גוט צוגעפּאַסט צו אַזאַ טיראַניע, וואָס איז דער העכסטער ניוואָ פֿון אַמביוואַלענץ, נאָך מער ווי דאָס פֿון אַ וואָכערניק (צו וועלכן ייִדן זײַנען צום בעסטן צוגאַפּאַסט)…‟
צווישן די קריסטלעכע אַנטקעגנשטעלער קעגן אַזעלכע אַנטיסעמיטישע מיינונגען פֿון קירקעגאַאַרד און אַנדערע, זײַנען געווען צוויי דענישע פּערזענלעכקייטן: איינער — דער מאָדערניסטישער טעאָלאָג ניקאָלײַ גרונדטוויג; דער צווייטער — דער שרײַבער האַנס קריסטשען אַנדערסאָן.
אײַער
ד״ר שעיה מאַלאָוו
פּראָפֿעסאָר פֿון פֿיזיק, לאָיאָלאַ־אוניווערסיטעט
שיקאַגע, אילינוי
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.