דער צענטער „ספֿר” האָט דורכגעפֿירט זײַן יערלעכע קאָנפֿערענץ אין ייִדישע לימודים. הײַיאָר האָט דער צענטער באַשלאָסן צו דערהייבן דעם ניוואָ פֿון דער קאָנפֿערענץ. די צאָל פֿון די באַטייליקטע איז געוואָרן קלענער, און מע האָט ספּעציעל אײַנגעלאַדן אָנגעזעענע געלערנטע פֿון אַנדערע לענדער.
אין דעם ערשטן טאָג איז צום פּאָפּולערסטן געווען דער פּאַנעל, געווידמעט דער ייִדישער ליטעראַטור. אַחוץ די קענער פֿון מאָסקווע און פּעטערבורג, האָבן אין איר אָנטייל גענומען מבֿינים פֿון ישׂראל: פּראָפֿ׳ בער קאָטלערמאַן פֿון בר־אילן־אוניווערסיטעט און לייבל רויטמאַן פֿון בית־שלום־עליכם. אויפֿן פּאַנעל, געווידמעט דער ייִדישער עטנאָגראַפֿיע און פֿאָלקלאָר, איז די רייד געגאַנגען וועגן עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס צו די ייִדן פֿון מיזרח־אייראָפּע. וועגן זייערע עקספּעדיציעס האָבן דערציילט די געלערנטע פֿון רוסלאַנד (ד״ר מאַריאַ קאַספּינאַ, פּראָפֿ׳ אָלגאַ בעלאָוואַ און ד״ר סוועטלאַנאַ אַמאָסאָוואַ) און לעטלאַנד — ווי אויך פּראָפֿ׳ דובֿ־בער קערלער פֿון אינדיאַנער אוניווערסיטעט.
דינסטיק האָט זיך די קאָנפֿערענץ געענדיקט — און דער צענטער האָט אָנגעהויבן זײַן יערלעכע ווינטער־לערן־פּראָגראַם, וואָס הייסט הײַ־יאָר „די פּערמאַנענטע רעוואָלוציע”. די באַטייליקטע קענען אויסקלײַבן דרײַ קורסן פֿון נײַן. אַלע זענען פֿאַרבונדן מיט דער טעמע פֿון רעוואָלוציע: עס ווערן באַטראַכט דאָס לעבן פֿון ייִדן בעת דער רוסישער רעוואָלוציע; רעוואָלוציעס אין מחשבת־ישׂראל און די באַטייליקונג פֿון ייִדן אין דער וויסנשאַפֿטלעכער רעוואָלוציע און אין רעוואָלוציע־קונסט.
צו די אַנדערע נײַעס. אין מאָסקווע האָט זיך געענדיקט די זכּרון־וואָך אין אָנדענק פֿון די קרבנות פֿון חורבן. עס זענען הײַיאָר פֿאָרגעקומען מער טרויער־אַקאַדעמיעס ווי אין פֿריִערדיקע יאָרן און עס זענען אויך דעמאָנסטרירט געוואָרן פֿילמען וועגן דער מלחמה און דעם חורבן.
אין די שילן האָט מען געזאָגט קדיש. אויף דער טרויער־אַקאַדעמיע אין דעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי זענען געקומען גאָר חשובֿע געסט, בתוכם דער פּרעמיער־מיניסטער דמיטרי מעדוועדעוו. אינעם מוזיי האָט מען געוויזן אַ ספּעקטאַקל, וואָס הייסט „פּרימאָ” — אויפֿן סמך פֿון פּרימאָ לוויס שריפֿטן. די איינציקע ראָלע אין דעם ספּעקטאַקל האָט געשפּילט דער איטאַליענישער אַקטיאָר יאַקאָב אָלעסען.
אין פּעטערבורג האָט זיך געעפֿנט אַן אויסשטעלונג, „מלחמה. חורבן. בלאָקאַדע‟. פֿאַר פּעטערבורג איז די דאַטע — דער 27סטער יאַנואַר — ניט נאָר דער טאָג פֿון באַפֿרײַען אוישוויץ, נאָר אויך דער טאָג, ווען עס האָט זיך געענדיקט די בלאָקאַדע פֿון לענינגאַד אין דער צײַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. עס ווערן אויסגעשטעלט פֿראָנט־בילדער פֿון דרײַ ייִדישע קינסטלער: מאיר אַקסעלראָד, אַנאַטאָלי קאַפּלאַן און שלמה יודאָווין. אַקסעלראָדס בילדער ווערן אויסגעשטעלט צום ערשטן מאָל.
מיט אַ וואָך צוריק האָבן מיר דערציילט וועגן אַן אַנטיסעמיטשן אינצידענט וואָס איז פֿאָרגעקומען אין דעם רוסלענדישן פּאַרלאַמענט. זײַן וויצע־ספּיקער פּיאָטר טאָלסטוי האָט געזאָגט, אַז די אַקטיוויסטן, וואָס פּראָטעסטירן קעגן צוריקגעבן דעם איסאַקי־קאַטעדראַל דער פּראַוואָסלאַווער קירך, זענען די קינדסקינדער פֿון די ייִדן פֿון תּחום־המושבֿ, וואָס זענען אַרויס פֿון דאָרטן „מיט נאַגאַנעס אין די הענט‟ — און האָבן עקספּראָפּיִיִרט די קירכן. די וואָך האָט דער וויצע־ספּיקער אַ שמועס געהאַט מיטן איינעם פֿון די הויפּטן פֿונעם רוסלענדישן חב״ד, ר׳ אַלכּסנדר באָראָדאַ. טאָלסטוי האָט דערקלערט, אַז מע האָט אים ניט ריכטיק פֿאַרשטאַנען, און קיין ייִדן האָט ער ניט געמיינט. ר׳ באָראָדאַ האָט נאָך דער באַגעגעניש געזאָגט, אַז דער אינצידענט איז אויסגעשעפּט. אָבער די ייִדישע טוער האָבן באַמערקט, טאָלסטוי האָט נישט געבעטן מחילה.
אין מאָסקווע איז פֿאָרגעקומען אַ סקאַנדאַל. אין דעם טאָג פֿון באַפֿרײַען אוישוויץ האָט די פּאָליציי אַרעסטירט אַ רבֿ פֿון חב״ד, ר׳ יוסף כערסאָנסקי, וואָס האָט מכּלומערשט עובֿר געווען מיגראַציע־געזעצן און האָט זיך ניט פֿאַרשריבן אין דער פּאָליציי און ניט געגעבן זײַן אַדרעס. אויף צו להכעיס, איז דאָס געשען ערבֿ־שבת, און ערבֿ דעם רבֿס חתונה. אָבער נאָך עטלעכע שעה האָט מען ר׳ כערסאָנסקי באַפֿרײַט, און שבת צו נאַכט האָט ער חתונה געהאַט. מאָנטיק, דעם 30סטן יאַנואַר, האָט דאָס געריכט באַשטימט, אַז קיין פֿאַרברעכן איז ר’ כערסאָנסקי ניט באַגאַנגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.