בײַ אירית דוועק אין קלאַס אין דער מיטלשול „עס־איי־אַר‟־אַקאַדעמיע (ריווערדייל, נ״י), שרײַבן די סטודענטן פֿון רעכטס אויף לינקס — סײַ אויף עבֿריתּ סײַ אויף דער צווייטער ישׂראלישער שפּראַך: אַראַביש. כאָטש אין ישׂראלישע שולן מוזן די תּלמידים נעמען דעם לימוד אַראַביש איז עס נישט קיין טייל פֿון דער געוויינלעכער לערן־פּראָגראַם אין אַמעריקאַנער ייִדישע טאָגשולן. דאָס האַלט זיך אָבער צו ביסלעך אין בײַטן, שרײַבט רעניי גערט־זאַנד אין אַ באַריכט אין Times of Israel.
אין דער „גן־אַקאַדעמיע‟ אין וואַלטאַם, מאַס׳, האָט מען אײַנגעפֿירט דעם אַראַבישן שפּראַכקלאַס מיט צוויי יאָר צוריק אָבער זינט דעמאָלט האָט מען עס שוין אויסגעברייטערט אויף אַ פֿולפּונקטיקער פּראָגראַם. אַרום 10 פֿון די 300 תּלמידים אין דער שול לערנען זיך איצט אַראַביש.
אין „עס־איי־אַר‟, לערנט מען שוין אַראַביש זינט די שול איז געשאַפֿן געוואָרן מיט פֿערצן יאָר צוריק. מע לערנט זי אין אַלע פֿיר מדרגות, פֿון נײַנטן ביזן צוועלעפֿטן יאָר, און סע לערנען זיך איצט די שפּראַך 50 פֿון די 550 תּלמידים. דער דירעקטאָר פֿון אַלגעמיינע לימודים, מאַרק שינאַר, האַלט, אַז די אַראַביש־פּראָגראַם איז אַ סימן, אַז די שול לערנט די קינדער אויס ווי אַזוי צו זײַן סײַ ציוניסטן סײַ בירגערס פֿון דער וועלט. אַזוי ווי אַלע סטודענטן אין דער שול מוזן זיך לערנען, אַחוץ העברעיִש, צוויי יאָר פֿון אַ צווייטער פֿרעמדער שפּראַך קען מען זיך איצט לערנען דאָ שפּאַניש, פֿראַנצייזיש אָדער אַראַביש. די תּלמידים גופֿא זענען די וואָס האָבן געבעטן, אַז אַראַביש זאָל זײַן איינע פֿון די שפּראַך־ברירות.
די לערערין דוועק האָט לכתּחילה נישט געקענט מער ווי עטלעכע ווערטער. זי, אַליין אַ גראַדויִרטע פֿון „עס־איי־אַר‟, האָט שטודירט מיטל־מיזרחדיקע שפּראַכן און קולטורן אין קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט, ווי אויך אין עגיפּטן. זי האַלט אַז די תּלמידים וואָס לערנען זיך אַראַביש זענען שטאַרק מאָטיווירטע און פֿאַראינטערעסירטע סטודענטן.
אַראַביש־לערערס אין אַנדערע שולן האָבן אויך באַמערקט אַן איבערגעגעבנקייט מצד די סטודענטן וואָס שייך לערנען זיך די שפּראַך. געוויסע תּלמידים האַלטן, אַז דאָס לערנען זיך אַראַביש קומט גאָר צו הילף ווען מע פֿאָרט קיין ישׂראל, ווײַל אַזוי קען מען איבערלייענען די אַראַבישע גאַסנשילדן און קראָמשילדן, ווי אויך צו ביסלעך שמועסן מיט מענטשן.
דאָס לערנען זיך אַראַביש איז אָבער נישט נאָר אַ פּראַקטיש מיטל, נאָר אויך אַ פּאָליטישס. אין דער ניו־יאָרקער „רמז־שול‟, וווּ מע לערנט אַראַביש, פֿירט נוע אַטיאַס אָן מיטן אַראַביש־קלוב. זי באַשטייט אַז כּדי צו האָבן אַן אמתן שלום אין ישׂראל מוז מען קענען די שפּראַך און קולטור פֿונעם צווייטן צד.
נאָר וואָדען? „דער פּרוּוו צו פֿאַרשטיין יענעם קען נישט בלײַבן נאָר איינזײַטיק,‟ טענהט דזשאַרעד באַומאַן פֿון דער טאָגשול טשאַרלס ע. סמיט (ראָקוויל, מ״ד). „די אַראַבישע יונגע לײַט דאַרפֿן זיך אויך לערנען ענגליש און עבֿריתּ. צו אָפֿט זעט מען ווי אַמעריקאַנער ייִדן שטרעקן אַרויס אַ שלום־האַנט, אָבער ווערן איגנאָרירט פֿונעם אַראַבישן צד. אפֿשר וועט מען גאָר אָנהייבן לערנען העברעיִש, און די ייִדישע קולטור אין אַראַבישע שולן — טאַקע נאָר אַזוי וועט מען דערגרייכן שלום.‟
דאָס הייבט מען שוין אָן צו ביסלעך זען. למשל, עטלעכע פֿון די אַראַביש־לערערס אין די אַמעריקאַנער ייִדישע טאָגשולן זענען טאַקע אַראַבער וואָס שטעלן מיט זיך פֿאָר אַזאַ קולטורעלע צוזאַמענאַרבעט. בשעת זיי לערנען יענעם אַראַביש לערנען זיי זיך גאָר אַ סך וועגן דער ייִדישער קולטור פֿון זייערע מיטאַרבעטערס און תּלמידים. במילא דערנענטערט מען זיך שוין אויך.
הלל סאַמסאָן, אַ תּלמיד אין דער „טשאַרלס סמיט שול‟ האַלט, אַז דאָס לערנען זיך אַראַביש איז וויכטיק אויב מע וויל פֿאַרשטיין וואָס מע זאָגט וועגן ישׂראל אין דער סאָציאַלער מעדיע, וווּ די קאָמענטאַרן אויף אַראַביש זענען אָפֿט מאָל אַנטי־ישׂראל און אַפֿילו אַנטיסעמיטיש. דאָס קען דערפֿירן צו געמישטע געפֿילן וועגן דעם פֿאָלק וואָס מע וויל זיך דווקא צו זיי דערנעענטערן.
די לערערין דוועק דערמאָנט אירע תּלמידים אַז אין דער שפּראַך האָט מען דווקא געשאַפֿן פּרעכטיקע קונסט און מוזיק: „מע דאַרף עס אָפּשאַצן, און מע דאַרף קענען אָפּזינדערן דאָס לשון פֿונעם קאָנפֿליקט צווישן די פּאַלעסטינער און ישׂראל. אַז ייִדן לערנען זיך אַראַביש איז עס אַן אויסערגעוויינלעכע געלעגנהייט צו שאַפֿן בריקן.‟
צו לייענען דעם אָריגינעלן אַרטיקל, קוועטשט דאָ: //www.timesofisrael.com/american-jewish-day-schools-say-ahlan-to-arabic
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.