נאָך דער גרויסער הצלחה פֿון דעם „נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר טעאַטערס‟ פּראָדוקציע פֿון שלום אַשס „גאָט פֿון נקמה‟ אין דעצעמבער און יאַנואַר וועט מען ווידער פֿאָרשטעלן די פּיעסע צוויי וואָכן אין מאַרץ. די ערשטע פּראָדוקציע איז אויספֿאַרקויפֿט געוואָרן און האָט באַקומען אַ גלענצנדיקע רעצענזיע אינעם „ניו־יאָרק טײַמס‟.
די נײַע פּראָדוקציע, וואָס וועט פֿאָרקומען בײַם Theatre at St. Clement’s אויף דער 46סטער גאַס, וועט האָבן געוויסע ענדערונגען. אַהרן בעאַל, וואָס איז באַקאַנט פֿאַר זײַנע אַוואַנגאַרדישע פֿאָרשטעלונגען אין די „דאַונטאַון־סצענע‟ און האָט פֿריִער פּראָדוצירט „גאָט פֿון נקמה‟ אויף ענגליש, וועט פֿאַרטרעטן עלינאָר ריסאַ ווי דער נײַער רעזשיסאָר. קאַראַיִד אָ׳ברײַען, וואָס האָט פֿריִער געשפּילט די ראָלע פֿון דער פּראָסטיטוטקע הינדל, וועט פֿאַרטרעטן עלינאָר ריסאַ ווי שׂרה, די פֿרוי פֿונעם פֿעטער יעקל (שיין בייקער).
אַחוץ שיין בייקער און קאַראַיִד אָ׳ברײַען וועלן ס׳רובֿ פֿון די אַקטיאָרן וואָס האָבן אָנטייל גענומען אין דער פֿריִערדיקער פּראָדוקציע אויך אויפֿטרעטן אין דער נײַער. שיינע שמיט וועט ווידער שפּילן רבֿקהלע, די טאָכטער פֿון יעקל וואָס פֿירט אַ ליבע מיט דער פּראָסטיטוטקע הינדל (מלכּה ווײַס). דוד מאַנדעלבאַום וועט ווידער שפּילן דעם היפּאָקריטישן פֿרומען ייִד רבֿ אלי, און לוזער טווערסקי וועט נאָך אַ מאָל באַלעבן דעם פּערסאָנאַזש פֿונעם עקלדיקן אַלפֿאָנס, שלמה. עס וועלן אויך ווידער אָנטיילנעמען אין דער פּראָדוקציע אלי ראָזען, עמי קאָלמאַן און מירע קעסלער.
די פֿאָרשטעלונגען וועלן פֿאָרקומען פֿונעם 14טן ביזן 27סטן מאַרץ. להיפּוך צו דער פֿריִערדיקער פּראָדוקציע, וואָס האָט בכלל ניט געהאַט קיין הפֿסקות, וועט די נײַע פּראָדוקציע האָבן צוויי. אַזוי אַרום וועט די שפּיל דויערן לענגער, אַרום 2.5 שעה.
כּדי צו באַשטעלן בילעטן אָדער באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוך: //newyiddishrep.org
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.