די באַוווּסטע, מיט קופּאָלן באַדעקטע שיל אין אויגסבורג, דײַטשלאַנד, פּראַוועט איר הונדערט־יאָריקן יובֿל און האָט ערשט אַרויסגעלאָזט איר „יוביליי־פּראָגראַם“ — אַ ריי אונטערנעמונגען אין אַפּריל, מײַ און יוני — וואָס וועט אָפּמערקן דעם יוביליי.
די פּראָגראַם וועט אַרײַננעמען לעקציעס, זיצונגען, אויסשטעלונגען און קאָנצערטן, ווי אויך מער ווי אַ טוץ געלעגנהייטן צו מאַכן אַ טור פֿונעם בנין.
אויגסבורג ליגט קנאַפּע 80 קילאָמעטער אויף צפֿון־מיזרח פֿון מינכן, דער קרוינשטאָט פֿון בײַערן. ס׳איז די דריט גרעסטע שטאָט אין דײַטשלאַנד, און איז אַ נאָמען נאָכן רוימישן קייסער אויגוסטוס.
דער דײַטשער קולטור־מיניסטעריום האָט געמאָלדן, אַז אַ סובווענץ פֿון זעקס מיליאָן אייראָס ווערט באַוויליקט צו רעמאָנטירן די שיל ווי אַ טייל פֿון די איניציאַטיוון צום צענטענאַר.
די אויגסבורגער שיל, מיט איר גאָר מערקווערדיקער קופּאָל־סטרוקטור, איז אויפֿגעבויט געוואָרן צווישן 1913 און 1917 און איז אין גאַנצן חרובֿ געוואָרן בשעת דער קרישטאָלנאַכט אין 1938. מ׳האָט זי רענאָווירט צווישן 1974 און 1985, און אויף ס׳נײַ געעפֿנט און דעדיקירט.
דער מקום־קדוש איז ווײַטער געבליבן אַ בית־תּפֿילה. אינעם מערבֿ־פֿליגל פֿונעם בנין געפֿינט זיך דער אויגסבורג־שוואַבישער ייִדישער קולטור־מוזיי, געשאַפֿן אין 1985 ווי דעם ערשטן אומאָפּהענגיקן ייִדישן מוזיי אינעם נאָכמלחמהדיקן דײַטשלאַנד. די פּערמאַנענטע אויסשטעלונג אינעם מוזיי האָט פֿאַר אַ יאָרן אָפּגעמערקט זײַנע ערשטע צען יאָר.
לויט די שטאָטאַרכיוון האָבן ייִדן שוין געוווינט אין אויגסבורג אין 1212. במשך פֿון הונדערטער יאָרן האָבן די ייִדן געאַרבעט ווי ווײַנהענדלער, בהמה־סוחרים און מלווים. בעת דער מגפֿה פֿון 1348־1349 האָט מען אַ סך פֿון די ייִדן אויסגעשאָכטן און די איבעריקע פֿאַרטריבן פֿון דער שטאָט. דער קייסער האָט זיי דערלויבט צוריקצוקומען אין 1350 און די קהילה איז צו ביסלעך אויפֿגעריכט געוואָרן.
די אויסבורגער ישיבֿה איז באַקאַנט פֿאַרן האָבן אַנטוויקלט דעם פּילפּול־מעטאָד פֿון לערנען גמרא בײַם סוף פֿון מיטל־אַלטער.
אין 1803 איז ווידער פֿאַרלייגט געוואָרן אַן אָרגאַניזירטע ייִדישע קהילה אין אויגסבורג און אין 1870 איז דאָרט פֿאָרגעקומען אַ רבנישע פֿאַרזאַמלונג כּדי צו רעפֿאָרמירן די ליטורגיע.
די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז געוואַקסן פֿון 56 נפֿשות אין 1801 ביז 1,030 אין 1933. אונטער די נאַציס האָט מען די ייִדן פֿאַרשיקט קיין פּיאָסק, פּוילן, ווי אויך אינעם ריגער געטאָ און טערעזין קאָנצענטעראַציע־לאַגער.
צוליב דער אימיגראַציע פֿון די ייִדן פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, איז די צאָל מיטגלידער פֿון דער ייִדישער קהילה געוואַקסן פֿון 199 אין 1989 ביז 1,619 אין 2003.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.