נאָך דעם וואָס עס האָבן זיך געשלאָסן „די גאָלדענע קײַט“, „ייִוואָ־בלעטער“, „אָקספֿאָרדער ייִדיש“, „ייִדישע שפּראַך“ און די אַנדערע זשורנאַלן אויף ייִדיש וואָס האָבן רעגלמעסיק אָפּגעדרוקט לענגערע וויסנשאַפֿטלעכע אַרטיקלען וועגן דער ייִדישער קולטור־געשיכטע, האָט עס אויסגעזען, אַז עס וועט מער ניט זײַן קיין אָרט, וווּ די פֿאָרשער וועלן קענען פֿאַרעפֿנטלעכן אַזעלכע אַרטיקלען.
מיטן וויכטיקן אויסנאַם פֿונעם „ירושלימער אַלמאַנאַך“ (רעדאַקטירט פֿון ד׳׳ר דובֿ־בער קערלער) וואָס גיט אַרויס די לענגסטע און פּרטימדיקסטע וויסנשאַפֿטלעכע אַרטיקלען אויף מאַמע־לשון אָבער וואָס קומט אַרויס בלויז איין מאָל אין דרײַ אָדער פֿיר יאָר, בלײַבט „אויפֿן שוועל“ דער איינציקער זשורנאַל וואָס פּובליקירט אַזעלכע פֿאָרש־אַרטיקלען.
לכתּחילה איז דער זשורנאַל געווען דער אָרגאַן פֿון דער „פֿרײַלאַנד־ליגע“, אַן אָרגאַניזאַציע וואָס האָט פּרובירט שאַפֿן אַ ייִדיש־רעדנדיקע טעריטאָריע. אין 1979 האָט דער לינגװיסט און ייִדיש־פּראָפֿעסאָר ד”ר מרדכי שעכטער פֿאַרוואַנדלט די אָרגאַניזאַציע אין דער „ייִדיש־ליגע“, איבערגעגעבן דער מאָדערניזירונג, נאָרמירונג און באַניץ פֿון דער ייִדישער שפּראַך אין אַלע אַספּעקטן פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן.
אין די לעצטע צוועלף יאָר, אונטער דער רעדאַקציע פֿון ד׳׳ר שבֿע צוקער, איז דער זשורנאַל געוואָרן אַ פֿילפֿאַרביקע טריבונע פֿאַר פֿאָרשאַרבעטן און וויסנשאַפֿטלעכע אָפּהאַנדלונגען וועגן אַלע אַספּעקטן פֿון דער קולטור און געשיכטע פֿון די אַשכּניזישע ייִדן.
דער איצטיקער נומער „אויפֿן שוועל“, 374־375, איז געווידמעט די ליטעראַרישע און קולטורעלע אויפֿטוען פֿון ייִדישע פֿרויען. דער נומער נעמט אַרײַן אַרײַן אַן אינטערוויו מיט דער פּאָעטעסע רבֿקה באַסמאַן בן חיים (געפֿירט דורך רועי גרינוואַלד); אַ פּראָפֿיל פֿון דער שרײַבערין ריווע־רות מינסקי־סענדער (פֿון מרים טרין); אַן אַרטיקל פֿון עלען קאַסעדי און ירמיהו אַהרן טאַוב וועגן דער קולטורעלער סבֿיבֿה וואָס האָט משפּיע געווען אויף די ווערק פֿון בלומע לעמפּעל; אַן אינטערוויו מיט סאָסיע פֿאָקס וועגן איר פּאָדקאַסט „ווײַבערטײַטש“ (געפֿירט פֿון מינע־ליפֿשע ווישוואַנאַט); אַן אַרטיקל פֿון רייזע טורנער וועגן פֿרויען און רבנות, און אַן אַרטיקל פֿון איזאַבעל ראָזענבאַומאַס וועגן דעם צוזאַמענלעבן פֿון פֿרומקייט און וועלטלעכקייט אין דער טעלזער גימנאַזיע „יבֿנה“.
אַחוץ די אַרטיקלען וועגן דער הויפּט־טעמע קען מען אויך לייענען אַן אַרטיקל פֿון יחיאל שיינטוך וועגן די ייִדיש־שפּראַכיקע שריפֿטן פֿון אלי וויזעל; אַ קורצע דערציילונג פֿון אלי וויזעל; אַן אַרטיקל פֿון דוד שיינבערג וועגן יונה קרעפּעל — אַ שרײַבער פֿון דעטעקטיוו־ראָמאַנען וואָס האָט משפּיע געווען אויף יצחק באַשעוויס־זינגער, און אַן אַרטיקל פֿון ד׳׳ר שלום בערגער וועגן נײַע טעסטן פֿון פֿעטוס־די־ען־איי.
אַחוץ די אַרטיקלען געפֿינט מען אויך עטלעכע ביכער־רעצענזיעס, אַרײַנגערעכנט איינע פֿון דינהלע ניבאָרסקי, וואָס צו 13 יאָר איז זיכער צווישן די ייִנגסטע שרײַבערינס וואָס עס האָט אַמאָל פּובליקירט „אויפֿן שוועל“.
כּדי צו געפֿינען נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם נײַעם נומער „אויפֿן שוועל“ באַזוכט: //leagueforyiddish.org/afnshvel.html.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.