שפּורן פֿון ייִדיש אין דער דײַטשישער ליטעראַטור

Traces of Yiddish in German Literature

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published February 12, 2017, issue of February 23, 2017.

ייִדיש און דײַטשיש האָבן אַ לאַנגע און קאָמפּליצירטע געשיכטע פֿון קעגנזײַטיקע באַציִונגען.

בעת ייִדישע לינגװיסטן און ליטעראַטן האָבן זיך באַמיט צו דערװײַזן, אַז ייִדיש איז אַ שפּראַך פֿאַר זיך, האָבן די דײַטשישע מחברים, און ייִדישע משׂכּילים בתוכם, געטענהט, אַז ייִדיש איז ניט מער װי אַ צעקאַטלעטשעטער דײַשטישער דיאַלעקט. אין דער דײַטשישער ליטעראַטור האָט ייִדיש געשפּילט אַן אײגנאַרטיקע ראָלע פֿון אַ סימן פֿון אַלטפֿרענקישער ייִדישקײט אין דער רײד פֿון ייִדישע געשטאַלטן. װי עס באַװײַזט די דײַטשישע לינגװיסטקע לאה שעפֿער, האָבן די דײַטשישע מחברים געשאַפֿן אַ ספּעציעלן “פֿיקטיװן” ליטעראַרישן לשון כּדי נאָכצומאַכן די אמתדיקע ייִדישע בעל־פּהיִקע שפּראַך, װאָס זאָל אײנצײַטיק זײַן פֿאַרשטענדלעך פֿאַרן אַלגעמײנעם דײַטשישן לײענער.

דער דאָזיקער דײַטשישער “ליטעראַטור–ייִדיש” האָט זיך אױסגעפֿורעמט אינעם נײַצנטן יאָרהונדערט אינעם ברײטערן אידעאָלאָגישן גערעם פֿונעם דײַטשישן אַנטיסעמיטיזם. אָבער שפּעטער איז די דאָזיקע פֿיקטיװע שפּראַך איבערגענומען געװאָרן אױך דורך דײַטשיש־ייִדישע מחברים.

שעפֿער אַנטדעקט שפּורן פֿון דער דאָזיקער שפּראַך בײַ די קלאַסישע דײַטשישע שרײַבער, אַזעלכע װי געאָרג ביוכנער, גוסטאַװ פֿרײַטאַג און טאָמאַס מאַן. לרובֿ אָבער געפֿינט מען די דאָזיקע שפּראַך אין דער דײַטשישער שונד־ליטעראַטור, װאָס די פֿאָרשערין אַנאַליזירט דורך סטאַטיסטישע דיגיטאַלע מעטאָדן. מערבֿ־ייִדיש האָט ניט פֿאַרמאָגט קײן אײגענע אַנטװיקלטע ליטעראַטור און איז בהדרגה אונטערגעגאַנגען אין די דײַטשישע לענדער אין משך פֿונעם נײַנצנטן יאָרהונדערט. די פֿראַגע, װאָס זי שטעלט אין איר פֿאָרשונג, איז אַזאַ׃ װי װײַט האָט די דאָזיקע קינסטלעכע שפּראַך אָפּגעשפּיגלט דעם אמתדיקן מערבֿ–ייִדיש, װאָס האָט דעמאָלט נאָך געלעבט אין דער דײַטשיש־ייִדישער סבֿיבֿה?

שעפֿערס פֿאָרשונג נעמט אין באַטראַכט אַלע אַספּעקטן פֿון שפּראַך־װיסנשאַפֿט׃ לעקסיקאָלאָגיע, מאָרפֿאָלאָגיע, סינטאַקס און פאָנאָלאָגיע. זי האַלט, אַז דװקא אינעם פֿיקטיװן דײַטשישן “ליטעראַטור־ייִדיש” האָבן זיך אָפּגעהיט אײגנאַרטיקע לינגװיסטישע פּרטים פֿונעם מערבֿ–ייִדיש, הגם מען דאַרף זײַן אָפּגעהיט מיט די דאָזיקע רעקאָנסטרוקציעס.

נאָכמאַכונגען פֿונעם בעל־פּהיִקן ייִדיש באַװײַזן זיך אין דער דײַטשישער ליטעראַטור אַרום זיבעצנטן יאָרהונדערט. ביז דעמלט טרעפֿט מען גאָר אַן אַנדערן פֿענאָמען, אַ נאָכגעמאַכטן לשון־קודש. אָבער להיפּוך צו ייִדיש, װאָס האָט געקלונגען פֿאַרשטענדלעך פֿאַרן דײַטשישן אױער, איז לשון־קודש געװען לגמרי פֿרעמד, און מען האָט אים פּשוט נאָכגעמאַכט דורך אומזיניקע קלאַנגען.

אין תּוך גענומען איז דער ענין פֿון דער עכטקײט פֿון דעם דײַטשישן “ליטעראַרישן ייִדיש” ניט געװען חשובֿ פֿאַר דײַטשישע לײענער. װיכטיק פֿאַר זײ איז געװען די גלױבװירדיקײט פֿון אָט דער אימיטאַציע, דהײנו װי װײַט די דאָזיקע פֿיקטיװע רײד פֿון ייִדישע פּערסאָנאַזשן האָט געשטימט מיט זײער אײגענער השׂגה פֿון ייִדיש. אַזױ װי אַנדערע דיאַלעקטישע רײד, האָט דער “ליטעראַטור־ייִדיש” פֿאַרמאָגט דער עיקר אַ קאָמישן עפֿעקט, װאָס האָט דערצו נאָך געטראָגן אַ שטאַרקע אַנטיסעמיטישע באַפֿאַרבונג. אָבער כּדי צו מאַכן אַ חילוק צװישן די אַלטפֿרענקישע ייִדיש־רעדנדיקע פֿיגורן און מאָדערנע אַסימילירטע ייִדן, האָבן די דײַטישע שרײַבער צוגעטראַכט אַן אַנדער מין ייִדישע שפּראַכלעכע מאַרקירונג. געבילדעדע דײַטשישע ייִדן האָבן צומאָל גערעדט אַ מין “איבער־דײַטש”, אַ מגוזמדיק–קאָרעקטע שפּראַך איבערגעלאָדן מיט געלערנטע װערטער, בפֿרט פֿונעם פֿראַנצױזישן אָפּשטאַם.

אין אונטטערשיד צו דעם אַנטיסעמיטיש־באַפֿאַרבטן “ליטעראַטור־ייִדיש” פֿונעם נײַנצנטן יאָרהונדערט, װאָס האָט געשעפּט זײַן לינגװיסטישע יניקה פֿון מערבֿ־ייִדיש, באַנוצן זיך זיך די הײַנטיקע דײַטשישע מחברים מיט מיזרח־ייִדישן מאַטעריאַל. מיזרח־ייִדישע שפּראַך-עלעמענטן אין דער דײַטשישער ליטעראַטאַור נאָך דער מלחמה װערן כּסדר גענוצט פֿאַר כאַראַקטעריזירן טראַדיציאָנעלע ייִדישע פּערסאָנאַזשן פֿון אַ מיזרח־אײראָפּעיִשן אָפּשטאַם, און פֿאַרמאָגט ניט קײן אַנטיסעמיטישן בײַטעם.

ניט געקוקט אױף דעם, װאָס דער “ליטעראַטור־ייִדיש” איז אַן אױסגעטראַכטע שפּראַך, באַזירט זי זיך טאַקע אױף עכטע שפּראַכלעכע פֿאָרמעס פֿון רעאַלע מערבֿדיקע און מיזרחדיקע ייִדישע דיאַלעקטן. שעפֿער פֿאַרסך־הכּלט׃ “דער אימיטירטער מערבֿ־ייִדיש פֿאַרמאָגט אַ פֿעסטן פּלאַץ אין דער דײַטשישער שונד־ליטעראַטור פֿונעם אַכצנטן און נײַצננטן יאָרהונדערט”. די דײַטשישע מחברים האָבן בלױז אַ ביסל מאַניפּולירט מיט דעם רעאַלן שפּראַך–מאַטעריאַל, כּדי בעסער צוצופּאַסן זײַן ליטעראַרישע אימיטאַציע צו די השׂגות פֿון זײער לײענערשאַפֿט.

שעפֿערס פֿאָרשונג באַהאַנדלט אַ ברײטן קאָרפּוס פֿון דער דײַטשישער ליטעראַטור. אירע אױספֿירן פֿירן צו װײַטערדיקע פֿראַגעס, בפֿרט װעגן דער ליטעראַרישער פֿונקציע פֿונעם “ליטעראַטור־ייִדיש” אין פֿאַרשידענע תּקופֿות בײַ פֿאַרשידענע מחברים. היות װי מערבֿ־ייִדיש האָט ניט איבערגעלאָזט קײן רײַכע ליטעראַרישע ירושה, בלײַבט די דײַטשישע ליטעראַטור אַ װיכטיקער אוצר, װאָס האָט אָפּגעשפּיגלט, כאָטש גאַנץ קרום, דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון ייִדיש־רעדנדיקע דײַטשישע ייִדן. צי קאָן שעפֿערס לינגװיסטישע רעקאָנסטרוקציע, װאָס האָט גענומען אין באַטראַכט אַנטיסעמיטישע פֿאַרקריפּלונגען מצד דײַטשישע ליטעראַטן, ממשיך זײַן אין דער ריכטונג פֿון אַ היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישער פֿאָרשונג, װאָס װעט “רײניקן” די ליטעראַרישע געשטאַלטן און בילדער פֿון אַנטיסעמיטישע זאַבאָבאָנעס?