אויף „פֿייסבוק‟ האָט זיך לעצטנס פֿאַרשפּרייט אַ חנעוודיקן קורצן ווידעאָ, אין וועלכן אַ ריי כּנסת־דעפּוטאַטן רעציטירן ייִדישע אידיאָמען אַזוי ווי „דער מענטש טראַכט און גאָט לאַכט‟, „עבֿרית רעדט מען, ייִדיש רעדט זיך‟, און „אַ מיאוסע לאַטע איז בעסער ווי אַ שיינעע לאָך‟. אינעם ווידעאָ, אַרויסגעלאָזט דורך דער ישׂראלדיקער צײַטונג „ידיעות אחרונות‟, ווײַזט מען אין גרויסע אותיות די אויסדרוקן אויף מאַמע־לשון און אין קלענערע אותיות — די איבערזעצונגען אויף העברעיִש. „מה זה?‟ — וואָס פּלוצלעם רעדן כּנסת־דעפּוטאַטן אויף ייִדיש?
די פֿריִערדיקע דורות כּנסת־מיטגלידער האָבן כּמעט אַלע גערעדט אַן אַנדער שפּראַך אַחוץ העברעיִש ווי זייער מוטערשפּראַך אָבער האָבן בכלל ניט גערעדט ייִדיש, מוגראַביאַן (מאַראָקאַניש־ייִדיש־אַראַביש), אָדער דזשודעזמע אויף דער אַרבעט. הײַנט איז דער מצבֿ זייער אַנדערש: די צאָל כּנסת־דעפּוטאַטן וואָס קענען אַ ייִדישע גלות־שפּראַך איז אַ סך קלענער אָבער מע שעמט זיך ניט זיך צו פֿאַרטיפֿן אין די אייגענע וואָרצלען. פֿאַראַיאָרן האָט מען געמאַכט פֿאַר די כּנסת־דעפּוטאַטן אַ קורס פֿון מוגראַביאַן, אין וועלכן מע האָט געלערנט געוויסע פֿראַזעס און קללות, וועגן דער געשיכטע פֿון דער מאַראָקאַנישער ייִדישער עדה און גענאָסן פֿון טראַדיציאָנעלע מאכלים. אַ דאַנק דער פּאָפּולאַריטעט פֿונעם קורס האָט מען פֿאַרבעטן ד״ר מרדכי יושקאָווסקי פֿון „דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟ צו לערנען די כּנסת־מיטגלידער וואָס ווילן זיך פֿאַרטיפֿן אין דער אַשכּנזישער קולטור אַ ביסל ייִדיש. אַחוץ ייִדיש וועלן די כּנסת־דעפּוטאַטן קענען זיך אויך לערנען אַ ביסל דזשודעזמע.
ס׳איז שווער אויסצוגעפֿינען, וועלכע כּנסת־דעפּוטאַטן קענען טאַקע הײַנט ייִדיש. אַ סך ישׂראלים בכלל קענען געוויסע אויסדרוקן און עס זענען דאָ זיכער כּנסת־מיטגלידער, וואָס פֿאַרשטייען ייִדיש אָבער רעדן זי ניט אַזוי פֿליסיק. לויט דער כּנסתס וועבזײַט קענען כאָטש זיבן פֿון זיי ייִדיש — פֿינף דעפּוטאַטן פֿון דער פֿרומער פּאַרטיי „יהדות התּורה המאוחדת‟; איין דעפּוטאַנטקע פֿון דער לינקער פּאַרטיי „מרצ‟ און איין דעפּוטאַנט פֿון דער צענטראַלער פּאַרטיי — „יש עתיד‟.
לויט אַלע סימנים זענען אָבער דאָ נאָך אַ ריי אַנדערע וואָס קענען גוט מאַמע־לשון. מע איז פּשוט ניט אַזוי מקפּיד דאָס צו דערמאָנען אין דער אָפֿיציעלער ליסטע פֿון שפּראַך־קענטעניש ווי ענגליש, אַראַביש אָדער פֿראַנצייזיש. דער פֿאַרטיידיקונג־מיניסטער, אַבֿיגדור ליבערמאַן, למשל, רעדט ייִדיש פֿון דער היים. לויט דער כּנסתּ־וועבזײַט, אָבער, קען ער בלויז ענגליש, רוסיש, רומעניש און העברעיִש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.