דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ פֿירט אָן מיט זײַן זומער־קורס אין ייִדישער שפּראַך אַזוי לאַנג, אַז אַ ריי פֿון אירע געוועזענע סטודענטן זענען שוין וויכטיקע פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער קולטור, וואָס קומען צוריק קיין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס, כּדי צו רעדן וועגן זייער פֿאָרשונג.
אין אַפּריל וועט ד״ר דבֿורה קאַפּלאַן, וואָס האָט זיך געלערנט ייִדיש בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין זומער 2004 און איז הײַנט אַ פּראָפֿעסאָר פֿון טעאַטער אינעם ניו־יאָרקער שטאָטישן אוניווערסיטעט „ברוך־קאַלעדזש‟, אַרומערעדן די געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער אויף אַ ספּעציעלן סעמינאַר. בעתן סעמינאַר וועט ד״ר קאַפּלאַן האַלטן פֿיר רעפֿעראַטן, ווי אויך אָנפֿירן מיט אַ וואַרשטאַט וואָס וועט באַקענען דעם עולם מיט פּאָפּולערע לידער פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן טעאַטער. מע וועט אויך ווײַזן דעם קלאַסישן פֿילם „גרינע פֿעלדער‟, וואָס מע האָט געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿון פּרץ הירשביינס פּיעסע פֿונעם זעלביקן נאָמען.
די טעמעס פֿון ד׳׳ר קאַפּלאַנס רעפֿעראַטן וועלן זײַן די בראשית פֿונעם ייִדישן טעאַטער און ווי אַזוי ער האָט געביטן דעם ייִדישן קולטור, די הפּשעה פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען אויף דער אַנטוויקלונג פֿונעם ייִדישן טעאַטער, די גאָלדענע תּקופֿה פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין אַמעריקע און די קינסטלערישע אינאָוואַציעס און ווירקונג פֿון דער ווילנער טרופּע. ד״ר קאַפּלאַן איז, דרך־אַגבֿ, אַן עקספּערטקע אין דער געשיכטע פֿון דער ווילנער טרופּע, וואָס האָט געשריבן אַ בוך וועגן דער טעמע וואָס וועט באַלד אַרויסגעגעבן ווערן דורכן אַקאַדעמישן פֿאַרלאַג בײַם מישיגענער אוניווערסיטעט.
דער סעמינאַר, וואָס וועט פֿאָרקומען פֿון פֿרײַטיק דעם 21סטן אַפּריל ביז זונטיק, דעם 23סטן אַפּריל, קאָסט $300 דאָלאַר פֿאַר מיטגלידער פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ און $350 פֿאַרן ברייטן עולם. פֿאַר די וואָס קענען ניט פֿאָרן קיין אַמהערסט אָבער ווילן הערן די רעפֿעראַטן, וועט דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ שפּעטער אַרויסלאָזן ווידעאָס פֿון ד״ר קאַפּלאַנס רעפֿעראַטן ווי אַ טייל פֿון אַן אינטערנעץ־קורס.
נאָך אינפֿאָרמאַציע: שרײַבט education@yiddishbookcenter.org אָדער קלינגט אָן 413-256-4900 צוגאָב־נומער 143.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.