בײַם אָנהייב פֿונעם צענטן עפּיזאָד פֿון איר פּאָדקאַסט „ווײַבערטײַטש‟ דערקלערט סאָסיע פֿוקס, אַז דער איצטיקער עפּיזאָד וועט זײַן דער לעצטער פֿונעם סעזאָן. פֿאַר אַ „סעזאָן־פֿינאַלע‟ דאַרף מען ענדיקן מיט אַ גרויסן קנאַל. פֿאַר דעם איז סאָסיע געפֿאָרן קיין בערלין, כּדי צו כאַפּן אַ שמועס מיט גאָר אַן אינטערעסאַנטער פֿרוי, וואָס איז פּונקט צוגעפּאַסט פֿאַר איר פּראָגראַם צוליב עטלעכע סיבות.
ילדה רעבלינג איז די טאָכטער פֿון לין יאַלדאַטי (1912־1988), אַ באַרימטע האָלדעניש־געבוירענע ייִדישע זינגערין וואָס איז אַ מאָל געווען די וויכטיקסטע כּלל־טוערין לטובֿת ייִדיש אין מיזרח־דײַטשלאַנד, ווי אויך אַ פּאָליטישע אַקטיוויסטקע. רעבלינג איז געגאַנגען אין די פֿוסטריט פֿון איר מאַמע אָבער אויף איר אייגענעם דרך: זי איז אויך אַ פּראָפֿעסיאָנעלע זינגערין נאָר זי זינגט אין שיל ווי אַ חזנטע. און ניט סתּם אַ חזנטע, נאָר דווקא די ערשטע חזנטע אויפֿצוטרעטן אין אַ ריי אייראָפּעיִשע שילן, וווּ מע האָט פֿריִער ניט דערלאָזט, אַז קיין פֿרויען זאָלן אָנפֿירן מיט די תּפֿילות.
אינעם רירנדיקן אינטערוויו דערקלערט ילדה רעבלינג קודם וועגן איר מוטער, וואָס איז אַחוץ איר ראָלע ווי אַ ייִדישע זינגערין אויך באַקאַנט דער וועלט ווי דער לעצטער עדות וואָס האָט געזען און דערקענט אַנאַ פֿראַנק און איר שוועסטער מאַרגאָט אין בערגן־בעלזן. זי האָט אַליין געקענט די משפּחה־פֿראַנק און האָט נאָך דער מלחמה געהאַט די שווערע עובֿדה איבערצוגעבן אָטאָ פֿראַנקן די ביטערע בשׂורה, אַז זײַנע טעכטער לעבן ניט מער.
אין דעם עפּיזאָד פֿון „ווײַבערטײַטש“, דערציילט ילדה רעבלינג וועגן איר פֿאַרכאַפּנדיקן לעבן, איר ליבשאַפֿט פֿאַר ייִדישן געזאַנג, און ווי עס איז צו לעבן הײַנט ווי אַ ייִד אין דײַטשלאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.