כּדי אַרײַנצוברענגען דעם עולם אין אַ פֿריילעכער שטימונג לכּבֿוד פּורים, וועט דער חסידישער פּאָפּ־זינגער ליפּא שמעלצער אויפֿטרעטן מיט אַ קאָנצערט דעם זונטיק, דעם 26סטן פֿעברואַר אין מאַנהעטן.
די פּראָגראַם ווערט געשטיצט פֿון דער „וועסט סײַד אינסטיטושינאָל סינאַגאָגע” און וועט טאַקע פֿאָרקומען אינעם זאַל פֿון דער שיל, אויף 120 וועסט 76סטער גאַס, 6:30 אין אָוונט.
„דער קאָנצערט וועט האָבן אַ ביסל פֿון אַלץ,” האָט ר׳ ליפּא געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס”. „דער עולם וועט זיך באַטייליקן אין די אַקטיוויטעטן; ס׳וועט זײַן קאָמעדיע, געזאַנג, חזנות, אַפֿילו אַ כאָר.”
אַ לעבעדיקע קאַפּעליע, „סטערן”, וועט מהנה זײַן דעם עולם.
ר׳ ליפּא, וואָס שטודירט שוין עטלעכע יאָר אין קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט, האָט אויסגעניצט די געלעגנהייט צו ווײַזן עפּעס וואָס ער האָט זיך אויסגעלערנט אין זײַן מאָלערײַ־קלאַס. אויפֿן אַפֿיש פֿונעם קאָנצערט געפֿינט זיך אַן אויטאָפּאָרטרעט וואָס ער האָט געמאָלט מיט אַקריליק־פֿאַרב.
דער קאָנצערט איז אָפֿן פֿאַרן ברייטן עולם. בילעטן וואָס מע רעזערווירט פֿון פֿריִער קאָסטן $50 פֿאַר ערטער אינעם הויפּטזאַל; $36 פֿאַר ערטער אינעם באַלקאָן.
בילעטן בײַ דער טיר זענען $55 פֿאַרן הויפּטזאַל, און $40 פֿאַרן באַלקאָן.
אין אַ ספּעציעלער ווידעאָ פּראָדוצירט כּדי מפֿרסם צו זײַן דאָס געשעעניש, שפּילט ריקי רויז אַ היימישע ייִדישע מאַמע וואָס איז אויך, אַ פּנים, אַ גרויסע אָנהענגערין פֿון ר׳ ליפּאס קאָנצערטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.