די אָרגאַניזאַציע „משה־הויז‟, וואָס באַצאָלט דאָס דירה־געלט פֿון יונגע ייִדן מיטן תּנאי, זיי זאָלן אָרגאַניזירן אַקטיוויטעטן פֿאַרן ברייטן ייִדישן עולם, האָט לעצטנס געמאָלדן, אַז זי זוכט דרײַ ביז פֿינף געוועזענע פֿרומע ייִדן וואָס זענען „אַראָפּ פֿונעם דרך‟, כּדי צו וווינען אין אַ נײַעם „משה־הויז‟ אין ברוקלין.
דאָס הויז ווערט אײַנגעאָרדנט בשותּפֿות מיט דער אָרגאַניזאַציע Footsteps (פֿוסטריט), וואָס העלפֿט געוועזענע פֿרומע ייִדן זיך בעסער צוצופּאַסן צו דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. מע האָפֿט אַז דאָס נײַע „משה־הויז‟ וועט דינען ווי אַ קהילה־צענטער פֿאַר די געוועזענע חרדים, ווי אויך ווי די פֿולצײַטיקע דירה פֿון זײַנע אָנפֿירער. אויף איר „פֿייסבוק‟־זײַט שרײַבט Footsteps, אַז אירע מיטגלידער זוכן אַן אָרט, וווּ מע קען פֿאַרברענגען אין ברוקלין שבת אָדער זונטיק, ווײַל דער הויפּט־קוואַרטיר פֿון Footsteps איז געוויינטלעך אָפֿן בלויז אין די וואָכנטעג. כאָטש מע ווייסט אַז דאָס נײַע „משה־הויז‟ וועט זײַן אין ברוקלין, ווייסט מען נאָך ניט פּינקטלעך וווּ עס וועט זיך געפֿינען, ווײַל מע וועט באַשטימען אַן אָרט לויט די באַדערפֿענישן פֿון די וואָס וועלן דאָרטן וווינען.
רחל בערגער, די דירעקטאָרשע פֿאַר קהילה־באַציִונגען בײַ Footsteps, האָט דערקלערט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז די אָרגאַניזאַציע האַלט דאָס נײַע „משה־הויז‟ פֿאַר אַן עקספּערימענט. לויט אַ פֿאַראַיאָריקער אַנקעטע פֿון דער אָרגאַניזאַציע, זאָגן 50% פֿון די געוועזענע פֿרומע אַז עס פֿעלט זיי עפּעס אין זייערע באַציִונגען מיט דער ברייטער ייִדישער קהילה.
„מיר האָפֿן אַז דורכן עפֿענען דאָס נײַע ׳משה־הויז׳, וועט עס דינען ווי אַן אָרט צו פֿאַרברענגען, פֿײַערן יום־טובֿים און שאַפֿן אַ קהילה,‟ האָט בערגער געזאָגט. „מיר האַלטן אויך, אַז ס׳וועט זײַן אַן אָרט, וווּ די אַלגעמיינע ייִדישע יונגט קען זיך פֿאַרבינדן מיט די געוועזענע פֿרומע ייִדן, זען אַ פֿילם צוזאַמען, פֿאַרזוכן דעם בעסטן טשאָלנט, אָדער סתּם פֿאַרברענגען.‟
פֿאַראינטערעסירטע (אין עלטער פֿון 21 ביז 30 יאָר אַלט) קענען אויספֿילן דעם אַפּליקיר־בויגן אָדער זיך שטעלן אין קאָנטאַקט מיט חוי ווײַסבערגער פֿון Footsteps דורך בליצבריוו Chavie@footstepsorg.org.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.