בעת די יאָרן וואָס די אָטאָמאַנישע אימפּעריע האָט געהערשט איבער ארץ־ישׂראל, האָבן די טערקן אַוועקגענומען אַ ריי טײַערע אוראַלטע חפֿצים און זיי געבראַכט קיין טערקײַ, וווּ זיי בלײַבן עד־היום אין אַ ריי מלוכישע מוזייען.
דער באַקאַנטסטער פֿון אָט די חפֿצים איז אַ טאָוול וואָס מע האָט אַנטדעקט אין 1880 אין אַ טונעל אין דער אַלטשטאָט פֿון ירושלים. דער אויפֿשריפֿט אויפֿן טאָוול, וואָס איז אַרום 2,700 יאָר אַלט, דערקלערט ווי אַזוי דער מלך הזקיהו, וואָס האָט געהערשט אין דער צײַט פֿונעם נבֿאי ישעיהו, האָט אויפֿגעבויט דעם שילוח־טונעל. די וואָס באַזוכן הײַנט דעם טונעל אין ירושלים קענען זען אַ גענויע רעפּליק פֿונעם אויפֿשריפֿט אין דער וואַנט וווּ מע האָט עס געפֿונען אָבער דער אָריגינעלער טאָוול בלײַבט ביזן הײַנטיקן טאָג אינעם „סטאַמבולער אַרכעאָלאָגישן מוזיי‟.
די ישׂראלדיקע רעגירונג פּרובירט שוין יאָרן לאַנג צוריקצובאַקומען דעם אוניקאַלן טאָוול אויף אַזוי ווײַט, אַז זי האָט עטלעכע מאָל בשעת ערנסטע דיפּלאָמאַטישע פֿאַרהאַנדלונגען מיט טערקײַ געבעטן, מע זאָל דעם טאָוול צוריקגעבן ווי אַן אויסבײַט (צוזאַמען מיט אַנדערע זאַכן, פֿאַרשטייט זיך) אויף פֿאַרבעסערטע דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען אָדער האַנדל־אָפּמאַכן.
פֿאַר וואָס גייט דער דאָזיקער טאָוול אַזוי אָן דער ישׂראלדיקער רעגירונג? מחמת די אַזוי־גערופֿענע „כּתובֿות השילוח‟ באַשטעטיקט עטלעכע באַשרײַבונגען אין תּנ״ך וועגן דער ממשלה פֿונעם מלך הזקיהו, אַרײַנגערעכנט דעם פֿאַקט, וואָס הזקיהו האָט באַשלאָסן אויפֿצובויען דעם „שילוח־טונעל‟. דער אויפֿשריפֿט איז זייער וויכטיק פֿון אַ סימבאָלישן שטאַנדפּונקט ווײַל ער איז איינער פֿון די פּראָמינענטסטע אוראַלטע חפֿצים וואָס ווײַזט, אַז ייִדן וווינען שוין טויזנטער יאָרן אין ירושלים.
לעצטנס איז די ישׂראלדיקע מיניסטאָרין פֿון קולטור און ספּאָרט מירי רגבֿ געווען אויף אַן אָפֿיציעלן באַזוך אין גאַזיענטעפּ, טערקײַ, כּדי בײַצוזײַן אויף אַ וויכטיקן קוישבאָל־מאַטש, אין וועלכן דער ישׂראלדיקער מאַנשאַפֿט „אירוני נהריה‟ האָט געשפּילט קעגן אַ טערקישער מאַנשאַפֿט. אויפֿן מאַטש האָט אַ ישׂראלדיקער רעפּאָרטער אונטערפֿילמירט אַ שמועס מיט זײַן מאָבילקע, אין וועלכן די גאַזיענטעפּער בירגערמײַסטערין פֿאַטמאַ סאַהין האָט דערקלערט מירי רגבֿ, אַז דער זאָאָ־גאָרטן אין איר שטאָט לײַדט פֿון אַ דוחק אין העלפֿאַנדן. „אפֿשר — האָט די בירגערמײַסטערין פֿאָרגעלייגט — קען מײַן שטאָט עפּעס אויסבײַטן מיט דער ישׂראלדיקער רעגירונג, כּדי צו באַקומען נאָך אַ העלפֿאַנד.‟
רגבֿ האָט דורך איר איבערזעצערין געענטפֿערט: „לאָמיר מאַכן אַן אָפּמאַך. מיר וועלן די טערקן געבן די העלפֿאַנדן און זיי וועלן אונדז געבן דעם כּתובֿות השילוח!‟ קיינער ווייסט ניט, אַ פּנים, וואָס די בירגערמײַסטערין האָט געענטפֿערט אויף דעם אָבער די טערקישע פּרעסע האָט געהאַלטן רגבֿס פֿירלייג פֿאַר אַ סאַרקאַסטישן, מחמת זי ווייסט דאָך, אַז טערקײַ וועט קיינמאָל ניט אומקערן דעם טאָוול בלויז צוליב עטלעכע העלפֿאַנטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.