דער ווילנער־געבוירענער קאָמפּאָזיטאָר דוד באָטוויניק איז, בײַנאַנד מיט אַלכּסנדר תּמיר, איינער פֿון די לעצטע צוויי קאָמפּאָזיטאָרן פֿון ייִדישע קונסטלידער וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין דער פֿאַר־מלחמהדיקער ירושלים ד׳ליטא.
אַלכּסנדר תּמיר, פֿון דער היים אַלכּנסדר וואָוואָקסי, האָט געשאַפֿן די מעלאָדיע צום ליד „שטילער שטילער‟ צו עלף יאָר.
אין 2010 האָט די „ייִדיש־ליגע‟ אַרויסגעגעבן אַ זאַמלונג אין בוך־פֿאָרעם פֿון 56 פֿון דוד באָטוויניקס קאָמפּאָזיציעס מיט די לידער און נאָטן. לעצטנס איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן אַ נײַ קאָמפּאַקטל, „פֿון חורבן צום לעבן‟, אין וועלכן די אָפּערע־זינגער ליסאַ ווילסאָן, דזשאָן פּאַקאַרד און איען דענאָלפֿאָ שטעלן פֿאָר 15 פֿון די לידער פֿונעם בוך. אַחוץ די אָפּערע־זינגער נעמט דער קאָמפּאַקטל אויך אַרײַן צוויי לידער געזונגען דורכן באַרימטן חזן, לויִ דאַנטאָ. צווישן די פּאָעטן וועמענס לידער געפֿינען זיך אויפֿן אַלבאָם זענען שמערקע קאַטשערגינסקי, אַבֿרהם סוצקעווער, זלמן שזר, ברכה קאָפּשטיין, לייב נײַדוס און יוסף יפֿה. עטלעכע פֿון די טעקסטן האָט באָטוויניק אַליין אָנגעשריבן.
דוד באָטוויניק שטאַמט פֿון אַ מוזיקאַלישער משפּחה און האָט ווי אַ יונג קינד אויפֿגעטראָטן ווי אַ „חזנדל‟ אין אַ ריי ווילנער שילן. ער האָט שטודירט מוזיק אין אַ מוזיקאַלישער קאָנסערוואַטאָריע, וווּ מע האָט געלערנט אַלע לימודים אויף ייִדיש. אין זײַן פֿרײַער צײַט האָט ער געאַרבעט ווי אַ מוזיק־פֿאַרשרײַבער און האָט מיט דער האַנט קאָפּירט די נאָטן פֿון לידער פֿאַר אַ ריי מוזיקשולן (קיין קאָפּיר־מאַשינען זענען דעמאָלט ניט געווען).
נאָך דער מלחמה האָט באָטוויניק זיך באַזעצט אין לאָדזש, וווּ ער האָט זיך באַפֿרײַנדט מיטן ווילנער פּאָעט און עטנאָמוזיקאָלאָג שמערקע קאַטשערגינסקי. כאָטש קאַטשערגינסקי האָט אָנגעשריבן די ווערטער צו צענדליקער לידער און איז געווען דער וויכטיקסטער פֿאָרשער פֿון די לידער וואָס מע האָט געזונגען אין די געטאָס און לאַגערן, האָט ער אַליין ניט גוט געקענט לייענען און שרײַבן מוזיק. באָטוויניק האָט דערפֿאַר עטלעכע יאָר נאָענט געאַרבעט מיט קאַטשערגינסקי, אים געהאָלפֿן צו פֿאַרשרײַבן מוזיק און צו אַנאַליזירן די שורשים פֿון די חורבן־לידער וואָס קאַטשערגינסקי האָט געזאַמלט בײַ ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה.
ווי אַ מוזיק־לערער אין עטלעכע ייִדישע שולן אין מאָנטרעאָל האָט באָטוויניק געלערנט עטלעכע דורות קינדער ייִדישע און העברעיִשע לידער. אַז עס האָט געפֿעלט מוזיק צו אַ ייִדיש ליד וואָס איז אים געפֿעלן, האָט ער אָפֿט אַליין קאָמפּאָנירט נײַע מוזיק, זײַנע סטודענטן און כאָר־מיטגלידער זאָלן קענען עס זינגען. במשך פֿון די יאָרן האָט ער קאָמפּאָנירט מוזיק צו באַגלייטן איבער הונדערט לידער.
כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם קאָמפּאַקטל באַזוכט
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.