האַרי באָרדען, אַן אַמעריקאַנער־געבוירענער פּאָרטרעטן־פֿאָטאָגראַף וואָס איז דערצויגן געוואָרן אין ענגלאַנד, נעמט געוויינלעך אַראָפּ בילדער פֿון באַרימטע פּערזענלעכקייטן ווי עלטאָן דזשאָן, פּאָל מעק׳קאַרטני און מאַרגאַרעט טאַטשער. זײַנע פּאָרטרעטן זעט מען אויף דער הילע פֿון די זשורנאַלן „וואָוג“ און „ניו־יאָרקער“, צווישן אַנדערע, און זײַנע בילדער הענגען אַפֿילו אין דער נאַציאָנאַלער פּאָרטרעטן־גאַלעריע אין ענגלאַנד.
מיט נײַן יאָר צוריק האָט ער זיך אָבער געכאַפּט אַז עפּעס פֿעלט אים אויס. האָט ער באַשלאָסן צו ניצן זײַן פֿאָטאָגראַפֿיע אויף עפּעס מער ניצלעכס און האָט באַשלאָסן אַרומצופֿאָרן אַרום דער וועלט — קיין ישׂראל, אויסטראַליע און אַמעריקע — כּדי אַראָפּצונעמען בילדער פֿון לעבן געבליבענע פֿון חורבן. פֿון די 200 בילדער וואָס ער האָט געמאַכט זענען 104 אַרײַן אין זײַן נײַ בוך, Survivor: A Portrait of the Survivors of the Holocaust (חורבן־געליטענע: אַ פּאָרטרעט פֿון דער שארית־הפּליטה).
בײַ באָרדענען איז עס געווען אַ פּערזענלעכער פּראָיעקט. אין ענגלאַנד האָט ער זיך געלערנט אין קלויסטערשולן און געזונגען אין אַ קלויסטערכאָר. ער האָט זיך פֿאַררעכנט ווי אַ קריסט, ווי די מאַמע איז געווען. דער טאַטע — אַ סעקולערער ייִד — האָט אים געזאָגט אַז פֿון זײַן ייִדישן אָפּשטאַם איז אים פֿאַרבליבן נאָר דער מורא פֿאַר אַנטיסעמיטיזם.
דאָך האָט ער, דורך דעם טאַטנס מאַמע — וואָס האָט אָפֿט דערציילט וועגן איר לעבן אין איר היימלאַנד רומעניע — געהאַט אַ חוש פֿאַר זײַן ייִדישער קולטור־ירושה. דער טאַטע האָט אים אַ מאָל טאַקע געזאָגט: „אונדז וואָלטן די נאַציס אויך דערהרגעט“. די באַמערקומגען האָבן אים אינספּירירט, ער זאָל זיך נעמען צום פֿאָטאָגראַפֿירן די שארית־הפּליטה.
לכתּחילה איז דער פּאָרטרעטן־פּראָיעקט געווען אָנלײַן, אָבער צום סוף האָט מען עס אַרויסגעגעבן אינעם גאָר אימפּאָזאַנטן, 276־זײַטלדיקן בוך.
די בילדער זענען נישט קיין עלעגאַנטע. ער האָט נישט געניצט קיין סטודיע אָדער קאָמפּליצירטע באַלײַכטונג, ווי ער טוט עס פֿאַר באַקאַנטע פֿיגורן, נאָר אַ סתּם פֿאָטאָאַפּאַראַט. די באַקומענע פּאָרטרעטן זענען עלעגאַנט אין זייער פּשוטקייט, און יעדעס בילד ווערט באַלייט פֿון אַ האַנט־געשריבן בריוועלע (און, צום סוף בוך, אַ קורצע ביאָגראַפֿיע פֿון יעדן „מאָדעל‟.) געוואָלט האָט ער אַן אויטענטישן „דאָקומענט‟ פֿון זײַן אייגענער שטימונג אינעם טאָג ווען ער האָט פֿאָטאָגראַפֿירט דעם סוביעקט.
איינע פֿון די חורבן־געליטענע, סוזען גודטשײַלד, למשל, האָט מען פֿון פּאַריז אַרויסגעשמוגלט באַהאַלטן אין אַן אָרון. זי האָט איבערגעלעבט די מלחמה אין אַ קאַטוילישן מאָנאַסטיר. אינעם פּאָרטרעט שטייט זי אויפֿן דאַך פֿון איר מעלבורנער דירות־הויז און קוקט, אַ פֿאַרטראַכטע, אין הימל אַרײַן. איר קאָמענטאַר: „עפּעס אַ געשיכטע האָט יעדער איינער — און אַלע זענען זיי וויכטיק אַז מע זאָל וועגן זיי וויסן. מײַנע וועט שוין אָט־אָט קומען צון אַ סוף, אָבער צום גליק איז נישט דער סוף וואָס די נאַציס האָבן אין זינען געהאַט“.
פֿרעד נאָלער זיצט אונטער אַ פּאָרטרעט פֿון זיך ווי ער שפּילט אויפֿן טשעלאָ. ער האָט בעת דער מלחמה געקעמפֿט אינעם פֿראַנצייזישן רעזיסטאַנס און דערנאָך פֿאַרשיקט געוואָרן אין עטלעכע קאָנצענטראַציע־לאַגערן. באַפֿרײַט פֿון די ענגלענדער אין 1945 האָט נאָלער אַרויסגעוואַנדערט, צו ערשט קיין אַמעריקע, דערנאָך קיין ענגלאַנד, וווּ ער וווינט זינט 1952. מיט צוויי יאָר צוריק האָט די מלכּה עליזאַבעט אים צוגעטיילט דעם מעדאַל פֿון דער בריטישער אימפּעריע צוליב זײַן אַרבעט אין חורבן־דערציִונג. זײַן קאָמענטאַר: „דאָס זײַן אַן אָפּטימיסט האָט מיך געהאַלטן בײַם לעבן“.
באָרדענס באַליבטסט בילד איז פֿונעם כאָרעאָגראַף פֿעליקס פֿיביך, וואָס האָט אים געמאַכט לאַכן און וויינען, און האָט דווקא געבעטן זיך אויסדריקן דורך טענץ. „זײַן עמאָציאָנעלע אינטענסיווקייט זעט מען אין אָט דער פֿאָטאָגראַפֿיע“, זאָגט באָרדען, „ס׳איז ממש שווער אָנצוקוקן“.
באָרדענס וועלט־באַרימט בילד פֿון מאַרגאַרעט טאַטשער אין 2006 האָט ער געמאַכט פֿאַרן זשורנאַל „טײַם“. די פּרעמיערשע האָט עפּעס אַ פּינטל געטאָן מיט די אויגן און דאָס האָט אים אינספּירירט זי צו בעטן צומאַכן די אויגן, און אַזוי האָט זי טאַקע געטאָן פֿאַרן בילד. ער האַלט, אַז ווען מע בעט פֿאַרמאַכן די אויגן קען מען יענעם אָבסערווירן און מע באַמערקט אַז זיי זעען אויס אומבאַשיצט… „ווען מע זעט זי אויף דער עלטער און מיט פֿאַרמאַכטע אויגן קלערט מען זיך אַרײַן, וואָסער ווירקונג זי האָט געהאַט אויף אונדז אַלעמען.‟
ער האַלט, אַז דער פּראָיעקט האָט אים אויפֿגעעפֿנט די אויגן צו געוויסע אַספּעקטן פֿון ייִדישן לעבן: „ס׳איז געווען אינטערעסאַנט זיך צו באַטייליקן צום ערשטן מאָל אין אַ שבת־מאָלצײַט; דאָס פֿאָרן קיין ישׂראל; פּרוּוון צו פֿאַרשטיין ווי וויכטיק די משפּחה איז בײַ ייִדן.‟
זײַן אויספֿאָרשן זײַן ייִדישע אידענטיטעט האָט אים טיף גערירט און דאָס באַקענען זיך מיט די חורבן־געליטענע האָט אַלץ געשטעלט אין דער געהעריקער פּערספּעקטיוו. „כ׳האָב זיך געכאַפּט אַז אַנטקעגן זיי, זענען מײַנע אייגענע צרות גאַנץ קליינע.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.