דער „ייִוואָ‟ אין ניו־יאָרק בלײַבט בײַם סאַמע־שפּיץ פֿון דער אַקאַדעמישער פֿאָרשונג איבער דער ייִדישער קולטור — ניט בלויז אַ דאַנק זײַן אוניקאַלער זאַמלונג פֿון מיליאָנען דאָקומענטן און ביכער, נאָר אויך צוליב די פֿאָרש־סטיפּענדיעס וואָס ער שענקט געוויסע פֿאָרשער, כּדי זיי זאָלן אַרבעטן מיט די מאַטעריאַלן אין זײַנע אַרכיוון.
דעם „ייִוואָס‟ פֿאָרש־סטיפּענדיעס, אויפֿן נאָמען פֿון מאַקס ווײַנרײַך, זענען אויך צווישן די פּרעסטיזשפֿולע אָנערקענונגען פֿאַר פֿאָרשער אינעם פֿעלד, און דינען ווי אַ סימן, אַז מע קען פֿון אָט די דאָקטאָראַנטן און פּראָפֿעסאָרן דערוואַרטן גרויסע אויפֿטוען.
לעצטנס האָט דער „ייִוואָ‟ אַרויסגעלאָזט די נעמען פֿון די אַכט סטיפּענדיסטן, וואָס וועלן הײַיאָר קומען קיין ניו־יאָרק, כּדי אויסצופֿאָרשן זייערע פּראָיעקטן בײַם „ייִוואָ‟. זיי זענען:
יעל לוי, אַ דאָקטאָראַנטקע בײַם „העברעיִשן אוניווערסיטעט‟ אין ירושלים, וואָס וועט באַקומען די סטיפּענדיע אין אַמעריקאַנער־ייִדישער געשיכטע, כּדי אויסצופֿאָרשן די בראשית פֿון דער העברעיִשער דרוקסיסטעם אין אַמעריקע אינעם צווייטן העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. איר אַרבעט וועט באַטראַכטן די „סאָציעלע, לינגוויסטישע און מאַטעריאַלע אַספּעקטן‟ פֿון די ערשטע ביכער און אויסגאַבעס אין אַמעריקע, וואָס מע האָט געדרוקט מיט ייִדישע אותיות.
מאַלענאַ טשינסקי, אַ דאָקטאָראַנטקע בײַם „נאַציאָנאַלן אוניווערסיטעט און אינסטיטוט פֿאַר דער עקאָנאָמישער און סאָציעלער אַנטוויקלונג אויפֿן נאָמען פֿונעם גענעראַל סאַרמיענטאָ‟ אין בוענאָס־אײַרעס, וועט באַקומען די סטיפּענדיע אין באַלטיש־ייִדישער געשיכטע, כּדי אויסצופֿאָרשן די קאָרעספּאָנדענץ און די רײַזעס פֿונעם שרײַבער שמערקע קאַטשערגינסקי נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה ביז זײַן פּטירה אין 1954.
ד״ר דיאַנאַ מאַטוט, אַ פּראָפֿעסאָרשע בײַם „האַלע־וויטענבערג אוניווערסיטעט אויפֿן נאָמען פֿון מאַרטין לוטער‟ אין האַלע, דײַטשלאַנד, וועט באַקומען די סטיפּענדיע אין מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע קונסט, טעאַטער און מוזיק, כּדי אויסצופֿאָרשן דעם לעבן און שאַפֿן פֿון הענעך קאָן, אַ פּראָמינענטער קאָמפּאָזיטאָר פֿון לידער פֿאַרן ייִדישן טעאַטער.
אַנאַסטאַזיִיאַ ליובאַס, אַ דאָקטאָראַנטקע בײַם „ניו־יאָרקער שטאַטישן אוניווערסיטעט אין בינגאַמטאָן,‟ וועט באַקומען די סטיפּענדיע אין מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער ליטעראַטור, כּדי אויסצופֿאָרשן די „שפּראַך און בייגעוודיקייט‟ פֿון דבֿורה פֿאָגעלס לידער.
ד״ר דוד אַסף, אַ פּראָפֿעסאָר בײַם „תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט‟, וועט באַקומען די סטיפּענדיע אין מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער ליטעראַטור, כּדי אויסצופֿאָרשן די „געשיכטע און גילגולים‟ פֿון העברעיִשע און ייִדישע לידער.
ד״ר אורצולאַ מאַדיי־קרופּיצקי, אַ דאָקטאָראַנטקע בײַם „קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין בערקלי‟, וועט באַקומען די סטיפּענדיע אין פּויליש־ייִדישע שטודיעס, כּדי אויסצופֿאָרשן דעם אופֿן ווי אַזוי ייִדן האָבן צווישן די צוויי וועלט־מלחמות פֿאַרבראַכט זייער פֿרײַע צײַט און ווי אַזוי דאָס האָט געווירקט אויף זייער אידענטיטעט.
מאָניקאַ ביזאַגאַ, אַ דאָקטאָראַנטקע בײַם „יאַגעלאָנישן אוניווערסיטעט‟ אין קראָקע, וועט באַקומען די „סטיפּענדיע פֿאַר יונגע־פֿאָרשער אויפֿן נאָמען פֿון דינה אַבראַמאָוויטש,‟ כּדי אויסצופֿאָרשן די עפֿנטלעכע ייִדישע ביבליאָטעקן צווישן ביידע וועלט־מלחמות.
אַחוץ די פֿאָרש־סטיפּענדיעס שטעלט דער „ייִוואָ‟ יעדעס יאָר אָן אַ גאַסט־פּראָפֿעסאָר, וואָס זאָל לערנען קלאַסן. הײַיאָר וועלן זײַן צוויי פּראָפֿעסאָרשעס, ד״ר נאַטאַליע אַלעקסיון (פּראָפֿעסאָרשע פֿון דער מאָדערנער ייִדישער געשיכטע אין טוראָ־קאָלעדזש) און ד״ר עליסאַ בן־פּורת (פּראָפֿעסאָרשע פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער געשיכטע און חורבן אין „קווינס־קאַלעדזש‟).
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.