ווי אַ טייל פֿון דער טרויער־אַקאַדעמיע, וואָס ווערט אײַנגעאָרדנט דורכן ישׂראלדיקן ייִדישן טעאַטער „ייִדישפּיל‟ בשותּפֿות מיט דער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟, דעם מוניציפּאַליטעט פֿון תּל־אָבֿיבֿ און דער אָרגאַניזאַציע „צוותא הבית לתּרבות ישׂראליה‟, וועלן די אַקטיאָרן פֿונעם „ייִדישפּיל‟־טעאַטער פֿאָרשטעלן ייִדישע לידער. די מוזיק וועט באַגלייטן אַ ריי ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, וואָס וועלן באַשרײַבן זייערע איבערלעבונגען פֿון יענע גרויליקע יאָרן.
אַחוץ די אַקטיאָרן און די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה וועלן אויך אויפֿטרעטן צוויי פּראָמינענטע פּאָליטיקער — רון חולדאי, דער בירגערמײַסטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ — און לימור לבֿנת, אַ לאַנגיאָריקע געוועזענע כּנסת־דעפּוטאַטקע וואָס פֿירט איצט אָן מיטן נאַציאָנאַלן פֿאָנד פֿאַרן וווילשטאַנד פֿון די חורבן־געליטענע. די פּראָגראַם, אונטער דער רעזשי פֿון ליה ברזל־מלמד, וועט פֿאָרקומען אין גאַנצן אויף ייִדיש מיט אַ גלײַכצײַטיקער איבערזעצונג אויף העברעיִש דורך איבערקעפּלעך. אַחוץ די לידער און רעדעס וועט מען אויך אָנצינדן אַ נר־תּמיד לזכר די חורבן־קרבנות.
די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען סײַ אין תּל־אָבֿיבֿ (זונטיק, דעם 23סטן אַפּריל), סײַ אין ירושלים (מאָנטיק, דעם 24סטן אַפּריל, אָן דער באַטייליקונג פֿון די פּאָליטיקער). אין תּל־אָבֿיבֿ וועט די טרויער־אַקאַדעמיע פֿאָרקומען 7:30 אין אָוונט אינעם „צוותא־זאַל‟. אין ירושלים וועט די פּראָגראַם פֿאָרקומען 9:50 אין דער פֿרי אינעם „טעאַטער־ירושלים‟.
דער אײַנטריט איז בחינם אויב מע פֿאַרשרײַבט זיך פֿון פֿריִער. כּדי זיך צו רעגעסטרירן קלינגט 5254660־03 (פֿאַר תּל־אָבֿיבֿ) און 5605755־02 (פֿאַר ירושלים).
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.