דער קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין בערקלי האָט געקריגן די סאַמע גרעסטע סובסידיע אין זײַן געשיכטע אויף אָפּצוקויפֿן די ברייטסטע זאַמלונג אין דער וועלט פֿונעם פּויליש־ייִדישן קינסטלער אַרטור שיק. צום ערשטן מאָל וועט די קאָלעקציע זיך געפֿינען אין אַן עפֿנטלעכן אַנשטאַלט.
די מתּנה פֿון 10.1 מיליאָן דאָלאַר פֿון דער פֿונדאַציע א״נ דער משפּחה טויבע וועט מען ניצן כּדי זיך אײַנצושאַפֿן 450 מאָלערײַען און צייכענונגען. די זאַמלונג, וואָס באַשטייט פֿון שיקס סאַמע ווערטיקסטע ווערק, נעמט אויך אַרײַן זײַן באַרימטע הגדה, עטלעכע ביכער, צײַטונגען און זשורנאַלן וואָס האָבן אַרויסגעגעבן זײַן קונסט. אויסשטעלן וועט מען זיי אין דער מאַגנעס־זאַמלונג פֿון ייִדישער קונסט און לעבן, דער דריט גרעסטער ייִדישער מוזיי־זאַמלונג אין לאַנד.
שיק איז געבוירן געוואָרן אין 1894 אין לאָדזש, פּוילן, בײַ אַ ייִדישער משפּחה פֿון מיטעלן קלאַס. ער האָט שטודירט קונסט אין אַ פּריוואַטער שול אין פּאַריז, געוווינט אין לאָנדאָן און קאַנאַדע, און אַרומגעפֿאָרן אינעם מיטעלן מיזרח און צפֿון־אַפֿריקע איידער ער האָט זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק אין 1940 נאָכן אויסבראָך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה.
אין ניו־יאָרק האָט שיק זיך באַקענט מיט דער משפּחה טויבע, וועמעס פֿונדאַציע האָט איצט צוגעטיילט די סובווענץ. ער האָט זיך שפּעטער אַריבערגעצויגן אין נײַ־כּנען, קאָנעטיקאָט, וווּ ער איז ניפֿטר געוואָרן אין 1951 צו 57 יאָר.
ער האָט געצויגן זײַן אינספּיראַציע פֿון חומש־מעשׂיות, היסטאָרישע געשעענישן וואָס ער האָט דורכגעלעבט: ביידע וועלט־מלחמות, דעם חורבן, און דעם אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל. אַחוץ זײַן אַרבעט ווי אַ מאָלער האָט שיק אויך אַרויסגעגעבן פּאָליטישע קאַריקאַטורן קעגן די נאַציס און די אַקס־מלוכות. ער האָט באַטראַכט זײַנע בילדער ממש ווי „געווער“ אין דער מלחמה און געמוטיקט סאָלדאַטן, אַז זיי זאָלן זיי אויסניצן ווי פּראָפּאַגאַנדע.
„אַרטור זשיקס יחיד־במינודיקער צושטײַער צו דער הײַנטצײַטיקער קונסט און פּאָליטישע אילוסטראַציעס האָט מען ביז איצט שטאַרק אונטערגעשאַצט,‟ האָט טאַד טויבע, דער פֿאָרזיצער פֿון דער „טויבע־פֿונדאַציע‟, באַמערקט אין אַן אָפֿיציעלער דערקלערונג. „צוליב אונדזער בשותּפֿותדיקער פּויליש־ייִדישער קולטור־ירושה, און די נאָענטע באַציִונגען צווישן מײַנע טאַטע־מאַמע און אים ווען ער איז ערשט אָנקומען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין די פֿריִע 1940ער יאָרן, איז מיר זייער וויכטיק צו פֿאַרזיכערן אַז שיקס מערקווערדיקע ווערק זאָלן ווערן צוטריטלעך סײַ דעם הײַנטיקן דור סײַ די קומעדיקע דורות“.
די זאַמלונג האָט פֿריִער געהערט דעם קונסטזאַמלער הרבֿ אירווין אונגאַר, לויט דער צײַטונג „עס־עף־גייט“. אונגאַר, אַ מומחה אין שיקס קונסט, האָט מיטפּראָדוצירט דאָקומענטאַרן וועגן דעם קינסטלער און באַצייכנט זיך אַליין ווי „דער אומפֿאַרמאַטערלעכער כּוח הינטער שיקס רענעסאַנס“.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.