ישׂראל באַשטימט ערשטע מוסולמענישע דיפּלאָמאַטקע

Israel Appoints First Female Muslim Diplomat

ראַשע אַטאַמני
Facebook
ראַשע אַטאַמני

פֿון נעמי זעוועלאָף (Forward)

Published April 07, 2017, issue of April 27, 2017.

ישׂראל האָט די וואָך באַשטימט איר ערשטע מוסולמענישע דיפּלאָמאַטקע, די 31־יאָריקע ראַשאַ אַטאַמני, וואָס וועט דינען ווי אַ פֿאָרשטײערין פֿון דער ייִדישער מדינה אין טערקײַ. אַטאַמני ענדיקט די טעג אַ קורס פֿאַר קאַדעטן אינעם אויסערן־מיניסטעריום, גיט איבער אַ באַריכט אינעם „טײַמס אָוו איסרעל‟.

ישׂראל האָט שוין געהאַט עטלעכע מאַנסבילן ווי מוסולמענישע דיפּלאָמאַטן אין דער פֿאַרגאַנגענהייט, ווי אויך אַ קריטסלעכע אַראַבערין. אַטאַמני, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אינעם אַראַבישן דאָרף באַקאַ־אַל־כאַרבייִאַ לעבן דער גרענעץ מיטן מערבֿ־ברעג, וועט אָבער זײַן די ערשטע מוסולמענישע פֿרוי צו רעפּרעזענטירן ישׂראל. זי האָט באַשלאָסן צו ווערן אַ דיפּלאָמאַטקע נאָך דעם וואָס זי האָט אָנטיילגענומען אינעם „מאָדעל־יו־ען־קלוב‟ בײַם „העברעיִשן אוניווערסיטעט.‟

ווי זי דערקלערט אויף דער וועבזײַט פֿונעם ישׂראלדיקן אויסערן־מיניטסעריום, האָט זי געדינט דרײַ חדשים ווי אַ יוגנט־אַמבאַסאַדאָרין בײַ דער „יו־ען‟ און איז געווען אַנטוישט בײַם הערן ווי די אַראַבישע לענדער קריטיקירן ישׂראלס שטעלונג לגבי די רעכט פֿון פֿרויען. „יענעם טאָג בײַ דער ׳יו־ען׳, האָט מיך שטאַרק פֿאַרדראָסן און מיך מאָטיווירט אַליין צו טאָן עפּעס וועגן דעם.‟