איבערזעצונג־סטיפּענדיאַטן בײַם „ביכער־צענטער‟

Translation Fellowships at the Yiddish Book Center


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 07, 2017, issue of April 27, 2017.

ס׳איז ניט קיין סוד, אַז די ייִדישע ליטעראַטור בכלל און די ייִדישע שרײַבער פֿון די לעצטע 50 יאָר בפֿרט געניסן ניט פֿונעם פּרעסטיזש, וואָס עס באַקומט זיי. עס גייט די רייד ניט בלויז וועגן דעם וואָס זייער ווייניק מענטשן לייענען הײַנט די מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור אויף מאַמע־לשון, נאָר בפֿרט, אַז עס זענען ניטאָ גענוג פֿעיִקע איבערזעצער, וואָס קענען איבערזעצן ליטעראַרישע ווערק פֿון ייִדיש אויף ענגליש. צוליב דעם דוחק אין ייִדישע איבערזעצער בלײַבן ס׳רובֿ פֿון די מײַסטערווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אומבאַקאַנט דעם ברייטן ענגליש־רעדנדיקן עולם.

כּדי צו פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ פֿירט דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ אָן מיט אַ פּראָגראַם, אין וועלכער פּראָפֿעסיאָנעלע איבערזעצער, ווי אויך מענטשן וואָס הייבן זיך ערשט אָן צו לערנען די מלאָכה פֿון איבערזעצערײַ, באַקומען אַ סובווענץ אונטערצושטיצן זייערע ווערק. צוזאַמען מיט דער סובווענץ פֿאָרן די איבערזעצונג־סטיפּעדיאַטן דרײַ מאָל אינעם „ביכער־צענטער‟, וווּ מע מאַכט וואַרשטאַטן וועגן דעם ווי אַזוי מע קען בעסער מאַכן די ליטעראַרישע איבערזעצונגען. בײַ דער געלעגנהייט לייענט מען איבער אַ טייל פֿון די ווערק וואָס זיי האָבן שוין איבערגעזעצט, כּדי זיי זאָלן הערן קריטיק און האָפֿנטלעך ווערן מער געניט בײַ דער אַרבעט.

לעצטנס האָט דער „ביכער־צענטער‟ פּובליקירט די נעמען פֿון 11 איבערזעצער, וועמענס פּראָיעקטן זיי שטיצן אונטער: זעקס פֿון זיי אַרבעטן אויף בעלעטריסטיק, פֿינף זעצן איבער פּאָעזיע, און איינע אַ ביכל זכרונות.

זיי זענען:

זאבֿ דוקווערט (ישׂראל) וועט איבערזעצן אַ ריי קורצע דערציילונגען פֿון די דרום־אַפֿריקאַנער שרײַבער רחמיאל פֿעלדמאַן און נחמיה לעווינסקי.

רחל פֿעלד (ניו־יאָרק) וועט איבערזעצן שמערקע קאַטשערגינסקיס ביכל זכרונות „איך בין געווען אַ פּאַרטיזאַן‟.

דזשאָרדין פֿינקין (סינסינאַטי, אָהײַאָ) — קורצע דערציילונגען פֿון פֿריידל שטאָק.

אַליסאָן שעכטער (נעשוויל, טענעסי) — קורצע דערציילונגען פֿון פֿריידל שטאָק, צוזאַמען מיט דזשאָרדין פֿינקין.

שאול הענקין (ען־אַרבאָר, מישיגען) — דעם ערשטן טייל פֿון מרדכי צאַנינס עפּישן ראָמאַן „פֿרעמדע הימלען‟.

בעאַטאַ קאַזיערזש (ניו־יאָרק) — לידער פֿונעם פּאָעט און ראָמאַניסט חיים גראַדע.

דזשעסיקאַ קירזיין (לאַרענץ, קענסעס) — מרים קאַרפּילאָווס ראָמאַן „טאָגבוך פֿון אַן עלנט מיידל, אָדער דער קאַמף קעגן פֿרײַער ליבע‟.

אַנאַסטאַזיע ליובאַס (בינגעמטאָן, ניו־יאָרק) — דבֿורה פֿאָגעלס לידער־זאַמלונג „טאָג פֿיגורן‟.

דזשיימס נאַדעל (ניו־יאָרק) — אַבֿרהם סוצקעווערס לידער־זאַמלונג „אָאַזיס‟.

שאָן סידסקי (בלומינגטאָן, אינדיאַנע) — אַלכּסנדר שפּיגלבלאַטס זאַמלונג דערציילונגען „שאָטנס קלאַפּן אויפֿן שפּיגל‟.

אַנדרו סאָנשיין (ניו־יאָרק) — אַהרן צײַטלינס זאַמלונג לידער „מטטרון‟.