דער קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין לאָס־אַנדזשעלעס (בעסער באַקאַנט ווי „יו־סי־על־איי‟) האָט לעצטנס באַקומען אַ בײַשטײַער פֿון 1.5 מיליאָן דאָלאַר פֿונעם פֿילאַנטראָפּ לאָועל מילקען, כּדי צו שאַפֿן אַ פֿאָנד אויסצופֿאָרשן די אַמעריקאַנער ייִדישע מוזיק.
אין 1990 האָט מילקען געגעבן דאָס געלט צו גרינדן דעם גרעסטן אַרכיוו פֿון ייִדישער מוזיק אין אַמעריקע, דעם „מילקען־אַרכיוו פֿון ייִדישער מוזיק‟. דער אַרכיוו, וואָס געפֿינט זיך אין סאַנטאַ־מאָניקאַ (אַ פֿאָרשטאָט פֿון לאָס־אַנדזשעלעס), נעמט אַרײַן, צווישן אַנדערע זעלטענע חפֿצים, טויזנטער שעהען פֿון רעקאָרדירונגען באַזירט אויף אַלטע מוזיקאַלישע כּתבֿ־ידן וואָס דער אַרכיוו האָט אַליין פּראָדוצירט, בײַנאַנד מיט אינטערוויוען וואָס דער אַרכיוו האָט דורכגעפֿירט מיט קלעזמער־מוזיקער און די אַמאָליקע שטערן פֿונעם ייִדישן טעאַטער. דער אַרכיוו האָט אַרויסגעלאָזט אַ סך פֿון דער מוזיק וואָס ער האָט פּראָדוצירט אויף אַ סעריע אַלבאָמען, וואָס האָט באַקומען אַ „גרעמי‟־אויסצייכענונג.
דער נײַער פֿאָנד וועט דערמעגלעכן, אַז פֿאָרשער בײַ דער „מוזיק־שול אויפֿן נאָמען פֿון הערב אַלפּערט‟ וועלן קענען אַרבעטן מיט די מאַטעריאַלן אינעם „מילקען־אַרכיוו.‟ די מוזיק־שול וועט אויך אויסנוצן דאָס געלט, כּדי צו אָרגאַניזירן אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן און קאָנצערטן פֿאַרן ברייטן עולם אויפֿן קאַמפּוס פֿון „יו־סי־על־איי.‟
אין אַ פּרעסע־קאָמוניקאַט האָט לאָועל מילקען דערקלערט, אַז „אונדזער ציל איז צו אַוואַנסירן די פֿאָרשונג, קינסטלערישע שאַפֿערישקייט און צוזאַמענאַרבעט צווישן אַקאַדעמישע פֿעלדער אויפֿן געביט פֿון אַמעריקאַנער ייִדישער מוזיק.‟
מאַרק קליגמאַן, דער נײַ־באַשטימטער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם פֿאָנד, וואָס וועט ווײַטער דינען ווי דער מוזיק־שולס „פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער מוזיק אויפֿן נאָמען פֿון מיקי כּ׳׳ץ‟, האָט דערקלערט, אַז דער פֿאָנד וועט דערמעגלעכן, אַז מע זאָל צום ערשטן מאָל קענען געהעריק אויספֿאָרשן די אַנטוויקלונג פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער מוזיק ווי אַ טייל פֿון דער אַלגעמיינער אַמעריקאַנער מוזיק.
דעם פֿאָנדס ערשטע פּראָגראַם וועט זײַן אַ דרײַ־טאָגיקע קאָנפֿערענץ אין נאָוועמבער געווידמעט דער אַמאָל, נעכטן און הײַנט פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער מוזיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.