שוין לאַנג קלײַב איך זיך שרײַבן וועגן הירש אַבראַמאָוויטשן, וואָס אין זײַנע כּמעט 80 יאָר (1960-1881) האָט ער ממש דורכגעלעבט אַ וועלט.
די וואָס זענען אַרײַנגעטרעטן אינעם ייִוואָ צווישן די סוף 1940ער און די סוף 1990ער געדענקען אַוודאי זײַן טאָכטער דינה אַבראַמאָוויטש, וואָס נישט נאָר איז זי געווען אַן אויסנעמלעכע ביבליאָטעקערין, נאָר געהאַט אַן אײַזערנעם זכּרון. מע זאָל צונויפֿשטעלן אַ רשימה ביכער און אַרבעטן וווּ זי האָט אַרויסגעהאָלפֿן דעם מחבר פֿון די שורות, און וווּ זי ווערט באַדאַנקט דערפֿאַר, וואָלט זי, די רשימה, זיך געצויגן און געצויגן.
נאָר דאָ גייט אונדז נישט אין דער טאָכטער, נאָר אינעם פֿאָטער (ווי דינה פֿלעג אים תּמיד רופֿן ווען זי האָט וועגן אים גערעדט). ער איז געבוירן געוואָרן אויף אַ נחלה נישט ווײַט פֿון ווילנע, נאָך בײַם רוסישן קייסער; נאָך פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט ער זיך באַזעצט אין ווילנע, וואָס איז אין 1922 אַריבער צו פּוילן.
זומער 1939 איז ער געקומען אַהער אויף וואַקאַציע, איבערלאָזנדיק זײַן פֿרוי מיט צוויי (שוין דערוואַקסענע) טעכטער. ווען ס׳האָט אויסגעבראָכן די מלחמה איז ער שטעקן געבליבן, בשעת זיי מיט אַזוי פֿיל אַנדערע ייִדן האָבן די דײַטשן אַרײַנגעטריבן אין ווילנער געטאָ. זײַן פֿרוי איז אומגעקומען; די טעכטער האָבן מעשׂה־נס איבערגעלעבט דעם חורבן. צוריק קיין ווילנע איז שוין אַבראַמאָוויטש נישט געפֿאָרן.
אַ שרײַבער איז ער שוין יונגערהייט געוואָרן, אָבער דאָ אין אַמעריקע איז דאָס געוואָרן ממש דער עיקר פֿון זײַן לעבן, זײַן זכות־הקיום. צום מיינסטן האָט ער זיך אָפּגעשטעלט אין זײַן שרײַבן אויף די הויפּטטוערס אין ווילנע פֿאַרן חורבן, ווי אויך אויפֿן ייִדישן דאָרפֿישן לעבן אין דער ליטע.
אין 1958 איז אַרויס אין בוענאָס־אײַרעס אַ זאַמלבאַנד פֿון זײַנע עסייען א״ט „פֿאַרשוווּנדענע געשטאַלטן“, מיט אַ וואָרט פֿריִער פֿון מאַקס ווײַנרײַך, וואָס מע קען עס אַראָפּלאָדן פֿונעם וועבזײַטל פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטער; אַן ענגלישער איבערזעץ איז אַרויס אין 1999 דורכן פֿאַרלאַג פֿונעם דעטרויטער וויין־סטייט־אוניווערסיטעט. זייער, זייער כּדאַי עס צו לייענען — בעסער, פֿאַרשטייט זיך, אויף מאַמע־לשון, אָבער אויף ענגליש אויך.
שוין צײַט זיך צו נעמען צום עיקר: אַבראַמאָוויטשעס זכרונות וועגן ווילנער פּערזענלעכקייטן בכּלל און ייִדישיסטן בפֿרט. דאָ דאַרף מען אַרויסהייבן דרײַ נעמען, וואָס אפֿשר זענען זיי די לייענערס נישט באַקאַנט: אַדוואָקאַט יוסף טשערניכאָוו; ברוך ווירגילי־כּהן, און זלמן רייזען. אַלע דרײַ גאָר גרויסע העלדן, מיט לײַב־און־לעבן איבערגעגעבן מאַמע־לשון און דער באַוועגונג צו מאַכן ייִדיש פֿאַר אַ „לײַט“ צווישן לשונות.
דער עיקר ווילט זיך דערציילן וועגן טשערניכאָוון. ער איז געווען אַ גרויסער טאַלאַנט, געהאַט אַ „גאָלדן מויל“. אַנדערע אַדוואָקאַטן „כאַפּן אַ ציטער ווען זיי דערוויסן זיך, אַז זייער קעגנער אין געריכט איז טשערניכאָוו“. נישט דאָס, אָבער, זענען מיר אויסן. דאָ איז זײַן הויפּט־זכות וואָס ער האָט גערעדט ייִדיש — אין געריכט, אין רעגירונגס־אַמטן, אין בענק, אַז סײַ אַסימילירטע ייִדן, סײַ נישט־ייִדן זאָלן הערן. (ביז אים האָבן ייִדן גערעדט ייִדיש צווישן גויים נאָר אויב זיי האָבן געמוזט, און שטיל, מע זאָל נישט הערן.)
דער מחבר דערציילט אַ טשיקאַווע מעשׂה וועגן טשערניכאָוון און זײַן נישט שעמען זיך צו רעדן מאַמע־לשון, ווי ער איז מיט אַ קאָלעגע אַרײַן אין אַ ווילנער באַנק פֿול מיט ייִדישע אָנגעשטעלטע. נאָר ווען טשערניכאָוו האָט זיך געווענדט צו זיי אויף ייִדיש, האָבן זיי אַלע געענטפֿערט אויף רוסיש. האָט ער הויך אויסגערופֿן צום קאָלעגע אויף ייִדיש: „זענען מיר אין ווילנע אָדער אין טולאַ [אַן עכט רוסישע שטאָט]?“ אַן עזות־פּנים, אָבער אויפֿן בעסטן אופֿן!
כאָטש טשערניכאָוו וואָלט געווען געקענט אַ סך פֿאַרדינען פֿון ציווילע פּראָצעסן, האָט ער זיך אָפּגעגעבן דערעיקרשט מיט פּאָליטישע. צווישן אַנדערע האָט ער אויך פֿאַרטיידיקט ייִדישע קאָמוניסטן. נישט־געקוקט דערויף, אָבער, איז ער מיטן אַרײַנמאַרש פֿון דער רויטער אַרמיי אין 1939 אַרעסטירט געוואָרן און בײַ די סאָוועטן אומגעקומען.
טשערניכאָוו איז געווען איבערגעגעבן דעם ייִדישן פֿאָלק, דעם ייִדישן לשון, דער שטאָט ווילנע, דעם יושר. ווי פֿאַרסך־הכּלט אים אַבראַמאָוויטש:
„געוויס פֿאַרדינט טשערניכאָוו צו זײַן פֿאַררעכנט צווישן די וועלכע האָבן געמאַכט גרויס אונדזער דור. אָט די מענטשן דאַרפֿן געשילדערט ווערן אין זייער גאַנצער גײַסטיקער און מאָראַלישער גבֿורה, מיט וועלכער זיי האָבן געוואָלט דינען זייער פֿאָלק. יוסף טשערניכאָוו איז געווען איינער פֿון זיי“.
מיין איך, אַז מיר הײַנטצײַטיקע ייִדישיסטן קענען זיך אַראָפּנעמען אַ משל פֿונעם אַדוואָקאַט טשערניכאָוו, וואָס ער האָט געהאַט דאָס האַרץ, ניין — די חוצפּה זיך אײַנצושטעלן פֿאַר זײַנע אידעאַלן, זיך נישט דערשראָקן פֿאַר קיין שׂונאים, און דערפֿאַר האָט ער באַצאָלט מיטן לעבן. קוראַזש!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.