נישט געקוקט אױף אײַערע פּערזענלעכע געפֿילן װעגן דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט דאָנאַלד טראָמפּ, איז איין זאַך קלאָר: זינט זײַן דערוויילט ווערן זענען אַ סך מער מענטשן געװאָרן פּאָליטיש אַקטיװ.
ווי ס׳איז שוין באַקאַנט, האָבן בלויז 55% פֿון די אַמעריקאַנער וואָס האָבן שטימרעכט זיך באַטייליקט אין די פּרעזידענט־וואַלן פֿון נאָװעמבער 2016. נאָך פֿאַר דעם האָט דער אַמעריקאַנער ייִדישער היסטאָריקער ד״ר יונתן שאָרש געװאָלט עפּעס טאָן כּדי די יונגע לײַט זאָלן װערן מער אַקטיװ אין פּאָליטישע ענינים. דערפֿאַר האָט ער הײַיאָר אָנגעהױבן אַ ספּעציעלע זומער־פּראָגראַם „אויסצושולן‟ ייִדישע אַקטיװיסטן.
די פּראָגראַם וועט אָבער נישט פֿאָרקומען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, נאָר אין בערלין, דײַטשלאַנד. פֿאַרװאָס דװקא אין בערלין? ערשטנס, וווינט שאָרש אַליין אין דײַטשלאַנד, ווײַל ער איז אַ פּראָפֿעסאָר אינעם טעאָלאָגישן סעמינאַר פֿונעם פּאָטסדאַמער אוניווערסיטעט. צווייטנס, האַלט ער, אַז בערלין איז דווקא אַ פּערפֿעקט אָרט צו פּרוּוון פּועלן בײַ יונגעלײַט זיך צו באַטייליקן אין אַזאַ זומער־פּראָגראַם. „ס׳איז זייער אַ לעבעדיקע און קולטור־רײַכע שטאָט, און זינט מיר האָבן געמאָלדן וועגן אונדזער איניציאַטיוו, האָבן זיך שוין רעגיסטרירט מענטשן פֿון אַ סך לענדער,‟ האָט ער געזאָגט.
די פּראָגראַם באַשטייט פֿון דרײַ טײלן: ערשטנס, וועט מען איבערגעבן די באַטייליקטע װעגן די פֿאַרשיידענע אָרגאַניזאַציעס אין אייראָפּע װאָס באַמיִען זיך צו „פֿאַרריכטן די װעלט‟; צווייטנס, וועט מען מיט זיי לייענען טראַדיציאָנעלע ייִדישע טעקסטן, און אַרומרעדן װי אַזױ מע קען צופּאַסן יענע געדאַנקען צו די הײַנטיקע פּראָבלעמען. דריטנס, וועט יעדער באַטייליקטער אַרבעטן, טייל־צײַטיק, װי אַ װאָלונטיר בײַ איינער פֿון די אָרטיקע אָרגאַניזאַציעס.
שאָרש האָט זיך באַזעצט אין בערלין בלויז מיט צוויי יאָר צוריק. פֿאַר דעם האָט ער געלערנט ייִדישע געשיכטע אין קאָלומביע־אוניװערסיטעט, אָבער צום סוף האָט ער באַשלאָסן אָנצונעמען די פּאָזיציע אין פּאָטסדאַם־אוניװערסיטעט — צום טייל, ווײַל זײַנע באָבע־זײדע זענען געווען אײַנגעפֿונדעוועטע דײַטשע ייִדן. דער זיידע האָט אַפֿילו געדינט ווי אַ ראַבינער אין האַנאָװער. אָבער זעענדיק דעם אויפֿשטײַג פֿון היטלעריזם זענען שאָרשס באָבע־זיידע אַנטלאָפֿן קיין אַמעריקע, און אַזוי ווי אַ סך ייִדישע פּליטים פֿון דײַטשלאַנד, האָבן זיי קיין דײַטש שוין מער נישט גערעדט.
דערפֿאַר האָט שאָרש — זייער אייניקל — איצט געמוזט זיך אָנטאָן אַ כּוח זיך אויסצולערנען די שפּראַך. און ס׳איז טאַקע נישט גרינג. „אַ מאָל דאַכט זיך מיר, אַז די דײַטשן בויען קאָמפּליצירטע זאַצן, בלויז כּדי אָנצושרעקן די אַנדערע אינטעלעקטואַלן,‟ האָט ער באַמערקט מיט אַ שמייכל.
כאָטש נישט אַלע אָרגאַניזאַציעס וואָס באַטייליקן זיך אין דער פּראָגראַם זײַנען ייִדישע, פֿאַרנעמען זיי זיך אַלע מיט װיכטיקע הײַנטצײַטיקע פּראָבלעמען, וואָס מע קען זאָגן איז אַ טייל פֿונעם שליחות פֿון „תּיקון עולם‟. איין נאָרװעגער, למשל, װעט אויף דער פּראָגראַם האַלטן אַ לעקציע װעגן דעם ווי מע קען בויען אַ מער „מענטשלעכע‟ תּפֿיסה. אַ פֿאָרשטייער פֿון אַ צווייטער גרופּע, וואָס פּריידיקט אַז מע טאָר נישט אַרויסוואַרפֿן קיין עסן, וועט ווײַזן מאַפּעס פֿון אַלע ביימער אין בערלין. די מאַפּעס צעשפּרייט מען איבער די שטאָט, כּדי אַלע זאָלן קענען גיין קלײַבן פֿרוכט פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.
אַ מיטאַרבעטער פֿון אַ דריטער אָרגאַניזאַציע וועט דערציילן וואָס די גרופּע טוט: מע פֿאַרבעט די אײַנוווינער פֿון אַ געוויסער געגנט אויף אַ װעטשערע, װוּ אַלע באַצאָלן בלויז וויפֿל זיי קענען אויספֿירן פֿאַרן עסן, און דערנאָך גיט מען יעדן איינעם אַ געלעגנהייט צו „דרשענען‟ װעגן אַ פּראָיעקט װאָס קען די געגנט פֿאַרבעסערן. נאָך די פּרעזענטאַציעס, שטימט יעדער איינער פֿאַרן נייטיקסטן פּראָיעקט פֿון אַלע, און דער געװינער ניצט דאָס געלט צו רעאַליזירן דעם פּראָיעקט.
דאָס זענען בלויז דרײַ פֿון דער גרויסער צאָל אָרגאַניזאַציעס אינטערעסאַנטע און נאָװאַטאָרישע גרופּעס װאָס מע קען געפֿינען אין בערלין, האָט שאָרש באַטאָנט.
און וואָס איז שייך דער אָרטיקער ייִדישער קהילה? „די ייִדישע קהילה איז זייער טשיקאַװע,‟ האָט ער געזאָגט. „פֿון איין זײַט, זעט מען אַ סך יונגע לײַט װאָס רעדן ייִדיש. פֿון דער אַנדערער זײַט, איז ייִדיש געװיינטלעך נישט זייער מאַמע־לשון, און אַ מאָל האָט די גאַנצע ייִדישקייט אין בערלין אַ קינסטלעך, נישט־נאַטירלעך געפֿיל. שאָרש זעט דערבײַ אַ סתּירה: „אַ סך ייִדן אין בערלין װילן אַן אױטענטישע ייִדישקייט, פּונקט װי עס האָט אױסגעזען פֿאַר דער מלחמה, אָבער זייער װייניק ייִדן האָבן אויפֿגעהאַלטן די מנהגים פֿון דער משפּחה.‟
דערצו זײַנען זייער װייניק פֿון די הײַנטיקע בערלינער ייִדן טאַקע דײַטשע ייִדן. די מערהייט קומט פֿון רוסלאַנד, און זיי האָבן אין גאַנצן אַן אַנדער פּערספּעקטיװ. לויט געוויסע קוואַלן וווינען הײַנט אין בערלין מער װי 15,000 ישׁראלים, אָבער ס׳איז שװער צו זײַן זיכער, װײַל אַזױ װייניק פֿון זיי האָבן אַ פֿאַרבינדונג מיט דער ייִדישער קהילה.
אָבער װי איז עס צו זײַן אַ ייִד וואָס וווינט אין אַ לאַנד װוּ מע האָט סיסטעמאַטיש דערהרגעט זעקס מיליאָן ייִדן? איצט לערנט מען אין די דײַטשע שולן אַ סך װעגן די ייִדן, און די רעגירונג האָט אַ נאָענטע באַציִונג מיט ישׂראל, אָבער ס׳רובֿ דײַטשן האָבן נישט קיין אמתן קאָנטאַקט מיט ייִדן.
דערפֿאַר איז אין בערלין געגרינדעט געוואָרן אַן אָרגאַניזאַציע מיטן אויסטערלישן נאָמען „דינג אַ ייִד!‟, וואָס שאָרש באַשרײַבט אין זײַן בלאָג, „נאָך אַ ייִד צוריק אין בערלין‟. למשל, אויב אַ געשיכטע־קלאַס אין אַ געוויסער מיטלשול שטודירט װעגן דעם חורבן, קען מען אָנקלינגען „דינג אַ ייִד!‟, און זיי װעלן שיקן אַ ייִד צו רעדן מיטן קלאַס װעגן זײַנע אָדער אירע אייגענע איבערלעבונגען. די תּלמידים קאָנען שטעלן פֿראַגעס וועגן זאַכן וואָס זיי האָבן געהערט װעגן ייִדן, אַמאָל אַנטיסעמיטישע סטערעאָטיפּן, און דער ייִד ענטפֿערט אױף זייערע שאלות, ווי ווײַט ער קען. „די בערלינער האָבן ליב צו זײַן פּראָװאָקאַטיװ, און דער אײַנפֿאַל פֿון ׳דינגען׳ אַ ייִד איז טאַקע אַ באַווײַז דערפֿון,‟ באַמערקט שאָרש.
דער רעזולטאַט פֿון זייער לערנען זיך אַזױ פֿיל װעגן ייִדן איז װאָס געװיינטלעכע דײַטשן װערן טיפֿער פֿאַראינטערעסירט אין ייִדישקייט װי אַנדערע נישט־ייִדן. דבֿורה פֿעלדמען, די מחברטע פֿונעם קאָנטראָװערסאַלן בוך זכרונות װעגן אירע קינדעריאָרן אין דער סאַטמאַרער קהילה, וווינט הײַנט אין בערלין, און ווען זי האָט דאָרט איין מאָל געהאַלטן אַ רעדע, איז דער זאַל געװען געפּאַקט מיט הונדערטער מענטשן. שאָרש, וואָס איז געקומען אויף דער אונטערנעמונג, איז געװען פֿאַרחידושט װאָס אַזױ פֿיל דײַטשן זײַנען געקומען הערן ווי עס רעדט אַן אַמעריקאַנער ייִדישע פֿרױ.
װי אַן עטנאָלאָג האָט שאָרש אַליין געכאַפּט אַ שמועס מיט עטלעכע דײַטשן װעגן דעם. „די ייִדישע געשיכטע איז זייער אַ רירנדיקע,‟ האָט איין פֿרױ אים געענטפֿערט. שאָרש האַלט, אַז די פֿרוי איז געווען גערירט יענעם אָוונט װײַל דאָס איז געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס זי הערט אַ מיינונג פֿון אַ ייִדישן קוקװינקל. „און אפֿשר איז עס נאָך טיפֿער, אַן ענין פֿון דער דײַטשער פּסיכאָלאָגיע,‟ ספּעקולירט שאָרש. געוויסע דײַטשן קענען זיך פֿילן אַ ביסל װייניקער שולדיק וועגן דעם וואָס זייער פֿאָלק האָט אויסגעשאָכטן אַ דריטל פֿון ייִדישן פֿאָלק, װען אַ ייִדישע פֿרױ שרײַבט קריטיש װעגן איר אייגענער ייִדישער געזעלשאַפֿט.
די סיבה פֿאַר וואָס דבֿורה פֿעלדמאַן האָט זיך איבערגעקליבן קיין בערלין איז ווײַל ס׳איז איר דאָרט דװקא „היימיש‟, האַלט שאָרש. „זי איז דאָך אויפֿגעוואַקסן אין אַ סאָרט אייראָפּעיִש שטעטל אין אַמעריקע — װיליאַמסבורג, און נאָך דעם װאָס זי איז אַװעק פֿון די סאַטמאַרער, האָט זי אײַנגעזען אַז דער אַמעריקאַנער עולם האָט ׳פּוסטע װערטן׳.‟
שאָרש זאָגט אַז ס׳איז אַ ביסל איראָניש, װאָס אַ ייִד דאַרף זיך איבערקלײַבן קיין דײַטשלאַנד צו געפֿינען אַ זינען אין לעבן אָבער ער אַליין מוז אויך גלייבן אין דעם. „װען נישט — זאָגט ער מיט אַ שמייכל — װאָלט איך דאָ נישט געגרינדעט אַ פּראָגראַם פֿון ייִדישן אַקטיװיזם.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.