די ערשטע ייִדישע שרײַבער פֿון דער משׂכּילישער תּקופֿה זײַנען געװען מומחים אױפֿן ייִדישן פֿאָלקסלעבן, כאָטש דערבײַ זײַנען זײ אױך געװען שאַרפֿע קריטיקער פֿון אַ סך טראַדיציאָנעלע מנהגים. זײ האָבן געהאַלטן די ייִדישע בגדים, מיסטישע אײַנגלײבענישן, און אַפֿילו די סאַמע ייִדישע שפּראַך פֿאַר אַ מניעה אױפֿן װעג צום אַלמענטשלעכן פּראָגרעס פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.
אָבער בײַם מאָדערנעם לײענער זײַנען די ליטעראַרישע װערק פֿון ישׂראל אַקסנפֿעלד, יוסף פּערל און שלמה עטינגער אינטערעסאַנט דװקא צוליב דעם שלל פֿונעם עטנאָגראַפֿישן און פֿאָלקלאָריסטישן מאַטעריאַל, בעת זײערע מאָראַליסטישע חקירות קלינגען שאַבלאָניש און פּרימיטיװ.
די באַציִונגען צװישן עטנאָגראַפֿיע און פֿאָלקלאָריסטיק פֿון אײן זײַט, און דער ייִדישער ליטעראַטור און קונסט פֿון דער צווייטער, זײַנען תּמיד געװען פֿילזײַטיק און קאָמפּליצירט. דער דאָזיקער טעמע איז געװידמעט דאָס זאַמלבאַנד באַטיטלט „שרײַבנדיק די ייִדישע קולטור‟, װאָס איז אַרױסגעװאַקסן פֿון דער אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ אין ציריך אין 2013. די רעדאַקטאָרן, פּראָפֿעסאָרן גבריאלה ספֿרן און אַנדרעאַס קילכער, האָבן באַטאָנט עטלעכע עיקרדיקע פֿראַגן, װאָס זײ האַלטן פֿאַר אַ סימן–מובֿהק פֿון דער ייִדישער עטנאָגראַפֿיע.
קודם–כּל דאַרף מען באַשטימען דעם סאַמע עצם: װאָס זײַנען טאַקע די ייִדן? אַ רעליגיעזע עדה, אַ פֿאָלק, אָדער אַ קולטור? דער צװײטער ענין, װאָס דאָס בוך באַטראַכט, האָט צו טאָן מיט די באַציִונגען צװישן דעם זשאַנער פֿון עטנאָגראַפֿישן שרײַבן און דעם טאָג־טעגלעכן לעבנסשטײגער. װי אַזױ פֿאָרשט מען די אײגענע קולטור, און װער איז דער לײענערישער עולם פֿאַר דער ייִדישער עטנאָגראַפֿישער ליטעראַטור? װאָס איז די ראָלע פֿונעם ליטעראַרישן כּח–הדמיון אין די דאָזיקע ווערק?
די קאַפּיטלען פֿונעם זאַמלבוך זײַנען אױסגעסדרט לױט אָט די טעמאַטישע רובריקן. זײ באַהאַנדלען אַ היפּשע צאָל מחברים, געלערנטע און קינסטלער, װאָס זײַנען געװען פֿאַרטאָן אין ייִדישער עטנאָגראַפֿיע. מען געפֿינט עטנאָגראַפֿישע שטריכן אין משה קולבאַקס ליד „װילנע‟ (בײַ דער אַרבעט פֿון דזשאָרדאַן פֿינקין) און אין די אַװאַנגאַרדיסטישע פֿאָטאָגראַפֿישע מאָנטאַזשן פֿון משה װאָראָבײטשיק (שמואל שפּינער). אַנעטע װערבערגער באַטראַכט י. ל. פּרצעס ליטעראַרישן סאַלאָן אין װאַרשע, װוּ ייִדישע ליטעראַטן האָבן זיך געטײלט מיט געזאַמלטע פֿאָלקלאָריסטישע מאַטעריאַלן. אַ צאָל קאַפּיטלען זײַנען געװידמעט די װערק פֿון דײַטשיש־שפּראַכיקע ייִדישע שרײַבער ווי שלמה מײַמאָן (ליליאַנע װײַסבערג), יוסף ראָט (אַנדרעאַס קילכער), ליאָן פֿײכטװאַנגער (גלית חזן–רוקם), לעאָ מאָצקין (אלכּסנדר אַלון) און אַרנאָלד צװײַג (עװאַ עדעלמאַן–אָלער). ייִדישע װערק װערן באַהאַנדלט אין די קאַפּיטלען פֿון תּמר לעװינסקי, גבריאלה ספֿרן, נתניאל דײַטש און דני שרירה.
זײער װערטפֿול פֿאַרן ענגלישן לײענער זײַנען די צוגאָב־מאַטעריאַלן, די ענגלישע איבערזעצונגען פֿון דרײַ װיכטיקע עטנאָגראַפֿישע טעקסטן: „װאָס איז אַזױנס ייִדישע עטנאָגראַפֿיע? (אַ האַנטביכל פֿאַר זאַמלער) פֿון נפֿתּלי װײַניג און חיים חיות; „פֿאָרשט אײַער שטעטל‟ פֿון הילל אַלעקסאַנדראָװ, און „מאָמענטן פֿון אַ לעבן: זכרונות, בילדער און עפּיזאָדן‟ פֿון א. אלמי (אליהו חיים שעפּס). די דאָזיקע טעקסטן שטאַמען פֿון דרײַ פֿאַרשידענע קולטורעלע סבֿיבֿות און פֿאָרשערישע שיטות — דעם װילנער ייִװאָ, סאָװעטישן מינסק, און ליטעראַרישער װאַרשע — און שטעלן פֿאָר דרײַ פֿאַרשידענע טראַדיציעס אין דער ייִדישער עטנאָגראַפֿישער ליטעראַטור.
הײַנט צו טאָג האָבן די עטנאָגראַפֿישע און אַנטראָפּאָלאָגישע פֿאָרשונגען אַװעקגעשטעלט שטרענגע מעטאָדאָלאָגישע פֿאָדערונגען, װאָס גרענעצן אָפּ „עכטע‟ װיסנשאַפֿט פֿון ליבהאָבערישער ליטעראַטור. לרובֿ שטימען די אַמאָליקע ייִדישע עטנאָגראַפֿישע און פֿאָלקלאָריסטישע שטודיעס ניט מיט די דאָזיקע קריטעריעס. דערצו נאָך פֿאַרמאָגט די הײַנטיקע אַנטראָפּאָלאָגיע ניט קײן קלאָרע השׂגה װעגן ייִדן װי אַן אָביעקט פֿון פֿאָרשונג. אַזױ אַרום פֿאַרבלײַבן די פֿראַגן, װאָס ספֿרן און קילכער האָבן אַװעקגעשטעלט אין זײער הקדמה, גאַנץ אַקטועל עד–היום. װי אַזױ האַלט אַ ייִדישער עטנאָגראַף אַ דיסטאַנץ צװישן זיך װי אַ פֿאָרשער און זיך װי אַ מיטגליד פֿון דער עדה, װאָס ער פֿאָרשט? װי װײַט קאָן מען זיך פֿאַרלאָזן אױף ליטעראַרישע טעקסטן, בפֿרט אַז צומאָל זײַנען זײ דער אײנציקער מקור פֿאַר אונדזערע קענטענישן װעגן געװיסע אַלטע מנהגים און טראַדיציעס?
ספֿרן און קילכער ציִען דעם מעטאָדאָלאָגישן ייִחוס פֿון זײער בוך פֿון דער בראַנזשע פֿון קולטורעלער אַנטראָפּאָלאָגיע, װאָס האָט אַ ברײטן קוק אױף דער ליטעראַטור. זײ רעדן װעגן דעם אײגנאַרטיקן זשאַנער פֿון „עטנאָ־ליטעראַטור‟, װאָס נעמט אַרײַן בעלעטריסטיק, זכרונות, פֿאַרצײכענונגען און רײַזע־נאָטיצן. פֿאַר ייִדישע עטנאָ־ליטעראַטן איז די אױטענטישקײט פֿון זײער שילדערונג געװען מער חשובֿ ווי די װיסנשאַפֿטלעכע פּינקטלעכקײט. מיט אַנדערע װערטער, דער אױטענטישער אינהאַלט איז געװען װיכטיקער פֿון דער װיסנשאַפֿטלעכער פֿאָרם.
אַזאַ מין עטנאָגראַפֿישער קוק אױף דער ייִדישער ליטעראַטור קאָן זײַן זײער פּראָדוקטיװ. אין תּוך גענומען, קאָן מען איבערשרײַבן די גאַנצע געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור װי אַ מין „עטנאָ־ליטעראַטור‟, װאָס גיט זיך אָפּ מיט זאַמלען און באַשרײַבן שטיקלעך פֿון ייִדישן לעבן. און דװקא דאָס איז װערטפֿול אין די סאַמע ערשטע ייִדישע ראָמאַנען פֿון ישׂראל אַקסנפֿעלד, יצחק־יואל ליניצקי און מענדעלע. די ערשטע עטנאָ–ליטעראַרישע פּראָגראַם איז שוין פֿאַרלײגט געװאָרן אין דער הקדמה צו אַקסנפֿעלדס „שטערנטיכל‟. ער דערקלערט דעם לײענער, אַז זײַן װערק איז אַ מין „שפּיריטוס‟, װאָס קאָנסערװירט די אָפּגעשטאַנענע מנהגים, בגדים און חסידישע מעשׂיות: „מײַן שפּיריטוס צום שטערן־טיכל איז אַ חסידישן רבינס שבת חנוכּה באַשריבן‟. און צום סוף באַטאָנט אַקסנפֿעלד דעם פּרינציפּ פֿון אױטענטישקײט, װאָס ספֿרן און קילכער האַלטן פֿאַרן עיקר פֿון דער ייִדישער עטנאָ־ליטעראַטור: „נאָר אַז מען װעט אױסלײענען אין גאַנצן גאָר, / װעלן אַלע מודה זײַן, אַז אַלץ, װאָס שטײט (דאָ), איז װאָר.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.