ווי אַ ריי אַמאָל־פּאָפּולערע אָבער הײַנט פֿאַרגעסענע ייִדישע שרײַבער פֿונעם 19סטן יאָרהונדערט, איז עס ביז לעצטנס געווען כּמעט אוממעגלעך צו געפֿינען די ווערק פֿון יעקבֿ מאָרגענשטערן (1820־1890). געדרוקטערהייט עקסיסטירן זיי בלויז אין אַלטע ביכלעך געמאַכט מיט ביליק פּאַפּיר וואָס מע קען ניט לייענען אָן דעם, אַז די זײַטלעך זאָלן זיך ממש צעפֿאַלן אין די הענט. מע האָט זיי אויך נאָך ניט אַרויפֿגעשטעלט אויף דער וועבזײַט פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟.
אַ דאַנק אַ נײַער איניציאַטיוו אונטערגעשטיצט דורך אָפּשטאַמיקע פֿונעם שרײַבער, קען מען הײַנט לייענען איינער פֿון יעקבֿ מאָרגענשטערנס ראָמאַנען סײַ אויף ייִדיש (און אין אַ קלאָרן שריפֿט געשריבן מיטן „ייִוואָ‟־אויסלייג דערצו), סײַ אין אַ נײַער ענגלישער איבערזעצונג פֿון מירע מניעווסקי. דער ראָמאַן, „ר׳ שׂימחה פּלאַכטע אָדער דער וועלט־שווינדלער‟ דערציילט וועגן דעם לעבן פֿון אַ פּשוטן וואַסער־טרעגער, וואָס ווערט באַטראַכט ווי אַ מין ל״ו־צדיק. דעם גאַנצן טעקסט קען מען לייענען אויף דער נײַער וועבזײַט //jacobmorgenstern.com. דער ראָמאַן האָט שפּעטער אינספּירירט אַ ריי פּיעסעס, ווי אויך אַ ראָמאַן פֿון י. י. טרונק מיטן זעלביקן נאָמען, אין וועלכן טרונק האָט אַרײַנגעוועבט אַ כאַראַקטער באַזירט אויפֿן לעבן פֿון מאָרגענשטערן אַליין.
מאָרגענשטערן, וואָס אַחוצן שרײַבן האָט געאַרבעט ווי אַ בדחן, מלמד, איבערזעצער און לערער פֿון רײַכע ייִדישע פֿרויען, איז געווען שטאַרק באַליבט בײַ די ייִדישע מאַסן אַ דאַנק זײַן אוניקאַלן חוש פֿאַר הומאָר און זײַנע מעשׂיות פֿון דער וועלט־ליטעראַטור, וואָס ער האָט צוזאַמענגעפֿלאָכטן מיט היימישע עלעמענטן פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר. ווי מע קען הערן אין דער דאָזיקער רעקאָרדירונג איז איינע פֿון די ייִדישע שרײַבער אויף וועמען ער האָט געהאַט אַ שטאַרקער ווירקונג געווען דער פּאָעט איציק מאַנגער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.