די „אַסאָציאַציע פֿון ייִדישע ביבליאָטעקן‟ האָט לעצטנס געלאָזט וויסן, אַז זי וועט הײַיאָר באַלוינען איר יערלעכע אויסצייכענונג פֿאַרן בעסטן אײַנקוקבוך דעם „אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך‟.
דאָס ווערטערבוך, וואָס מע האָט באַזירט אויף די לעקסיקאָגראַפֿישע פֿאָרשונגען פֿון ד׳׳ר מרדכי שעכטער, האָט צונויפֿגעשטעלט און רעדאַקטירט זײַן טאָכטער גיטל־שעכטער ווישוואַנאַט; זײַן לאַנגיאָריקער סטודענט, קאָלעגע און פֿרײַנד — ד׳׳ר הערשל גלעזער און די פּראָפֿעסאָרשע ד׳׳ר חוה לאַפּין. דאָס ווערטערבוך, וואָס איז אַרויסגעגעבן געוואָרן דורך דער „ייִדיש־ליגע‟ בשותּפֿות מיטן „פֿאַרלאַג בײַם אינדיאַנער אוניווערסיטעט‟, איז אויף אַ ווײַטן מהלך דאָס גרעסטע און פֿולשטענדיקסטע ווערטערבוך פֿון ענגליש אויף ייִדיש.
די ריכטער פֿון דער אויסצייכענונג האָבן געלויבט דאָס ווערטערבוך ווי אַ „מאָנומענטאַלן אויפֿטו‟, מיט אַ „קלאָרער הקדמה, ביבליאָגראַפֿישע וועגווײַזערס, טאַבעלעס און קירצונגען‟. די ריכטער האָבן אויך באַצייכנט דאָס בוך ווי „אַ מוז פֿאַר יעדן איינעם וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט ייִדיש אָדער מיטן איבערזעצן פֿון ענגליש אויף ייִדיש.‟
דאָס „אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך‟ איז ניט דאָס ערשטע ייִדישע ווערטערבוך וואָס האָט באַקומען אַזאַ אויסצייכענונג. אין 2014 האָט די „אַסאָציאַציע פֿון ייִדישע ביבליאָטעקן‟ באַלוינט דאָס „אַרומנעמיק ייִדיש־ענגליש ווערטערבוך‟ פֿון שלום ביינפֿעלד און חיים באָכנער מיט דער זעלביקער אויסצייכענונג.
די „אַסאָציאַציע פֿון ייִדישע ביבליאָטעקן‟ איז געגרינדעט געוואָרן אין 1966 און נעמט אַרײַן ביבליאָטעקן אין איבער 22 לענדער. אַחוץ אירע יערלעכע אויסצייכענונגען וואָס אָנערקענען אַ ריי מינים ביכער, גיט די אַסאָציאַציע אַרויס אַ ריי וויסנשאַפֿטלעכע אויסגאַבעס און נײַעס־בולעטינען פֿאַר ביבליאָטעקאַרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.