פּעדאַגאָגן וואָס פֿאָרשן אויס דעם בעסטן אופֿן ווי אַזוי צו לערנען קינדער וועגן דעם חורבן ווייסן שוין פֿון לאַנג, אַז קינדער פֿאַרשטייען בעסער דעם ענין אויב מע דערציילט זיי וועגן דעם לעבן און גורל פֿון באַזונדערע קינדער, אַנשטאָט סתּם אײַנצוקנעלן ציפֿערן און פֿאַקטן.
אין די לענדער וווּ דער חורבן איז פֿאָרגעקומען קען מען אויך ווײַזן די קינדער די ערטער, וווּ די מענטשן וועגן וועלכע זיי לערנען זיך אין קלאַס האָבן געוווינט און זיך געלערנט.
מיט פּונקט אַזאַ צוגאַנג האָבן די לערער בײַ דער „אידאַ עהרע־שול‟ אין האַמבורג, דײַטשלאַנד, געשאַפֿן אַ נאָוואַטאָרישן קורס פֿאַר זייערע תּלמידים אינעם פֿיפֿטן און זעקסטן קלאַס. אינעם קורס, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן דעם 2טן מײַ, דערוויסן זיך די תּלמידים וועגן דעם לעבן פֿון די ייִדישע און „אַרישע‟ קינדער וואָס האָבן זיך געלערנט אין זייער שול; צווישן זיי — רענאַטע פֿרײַמוט, אַ ייִדישע תּלמידה וואָס איז דערמאָרדעט געוואָרן אין כעלמנאָ.
אַחוץ רענאַטע פֿרײַמוט וועלן די תּלמידים זיך אויך דערוויסן ווי אַזוי די דעמאָלטיקע קינדער, סײַ די ייִדישע לעבן געבליבענע, סײַ די „אַרישע‟, האָבן רעאַגירט צום נאַצישן רעזשים אויפֿן סמך פֿון זייערע זכרונות פֿון דער עפּאָכע. מע וועט זיי ווײַזן, למשל, דעם קליינעם פּאַרק וווּ מע האָט ניט דערלאָזט די ייִדישע תּלמידה, אינגריד בראַסערט, זיך שפּילן מיט אירע דײַטשע חבֿרטעס, און די באַן־סטאַנציע, וווּ אַ געוועזענער ייִדישער תּלמיד, גונטער ניושטאַדט, האָט געזען ווי מע דעפּאָרטירט די ייִדן, אַרײַנגערעכנט עטלעכע פֿון זײַנע געוועזענע שול־חבֿרים.
די פּראָגראַם, „זכר‟, פֿאָקוסירט אויף נײַן טעמעס. צווישן זיי: דאָס לעבן פֿון די תּלמידים פֿאַר דער נאַצישער תּקופֿה; די „ראַסע־דערציִונג‟; קרישטאָלנאַכט; די ייִדישע תּלמידים וואָס מע האָט באַוויזן אַרויסצופֿירן פֿון דײַטשלאַנד און פֿאַרשטייט זיך, דעם מאַסן־מאָרד פֿון די האַמבורגער ייִדן וואָס זענען יאָ געבליבן אין דײַטשלאַנד.
טים גערדעס, אַ לערער פֿונעם פֿיפֿטן קלאַס, האָט דערקלערט אין אַ פּרעסע־קאָמוניקאַט, אַז זײַנע תּלמידים זענען געווען אַזוי גערירט פֿון די ערשטע פּרוּוו־לעקציעס, אַז זיי האָבן אַליין באַשלאָסן פֿאָרצושטעלן אַ קורצע פּיעסע וועגן דעם לעבן פֿון רענאַטע פֿרײַמוט.
דער לערנפּלאַן איז אַרויסגעגעבן געוואָרן אין פֿאָרעם פֿון אַ בוך, וואָס נעמט אַרײַן טעקסטן פֿאַר די תּלמידים און אָנווײַזונגען פֿאַר די לערער. די מחברים פֿונעם לערנבוך זענען ד׳׳ר עריקאַ הירש און ד׳׳ר אינגע מאַדאָס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.