ידיעות פֿון װאַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published May 02, 2017, issue of May 26, 2017.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟. 
 


מע גרייט צו אַ פּראָדוקציע אױף ייִדיש, „דאָס שטעטל כתריאלעווקע”

חיים רײַפֿער און יורעק וואַלטשאַק, די בעסטע ייִדיש־רעדנדיקע אַקטיאָרן אינעם ייִדישן טעאַטער אין וואַרשע, זענען די טעג זייער פֿאַרנומען. זיי שפּילן אין פּאָזנאַן (פּויזן) אין אַ קאָפּראָדוקציע מיטן דאָרטיקן „פּּוילישן טעאַטער”. די פּּיעסע הייסט „דער געמאַלעוועטער פֿויגל”. 

אויב דער טיטל קלינגט אַ ביסל קענטלעך איז דאָס דערפֿאַר וואָס די פּיעסע איז באַזירט אויף יעזשי קאָשינסקיס ראָמאַן מיטן זעלבן טיטל. ס׳איז גענוג צו מאַלעווען אַ פֿויגל מיט אַ פֿאַרב כּדי ער זאָל אויסזען אַנדערש און אַלע אַנדערע פֿייגל וואַרפֿן זיך אויף אים און צערײַסן אים אויף שטיק־שטיקלעך. 

קאָשינסקי וואָס איז באַגאַנגען זעלבסטמאָרד אין ניו־יאָרק אין יאָר 1991 איז געווען אַ ייִנגל בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה אין פּוילן. ווי אַ ייִדיש ייִנגל האָט ער באַמערקט דעם זעלבן פֿענאָמען בײַ פֿייגל ווי בײַ מענטשן.

אָבער צוריק צו רײַפֿער און וואַלטשאַק. אין וואַרשע האָרעווען זיי די טעג אויף אַ נײַער פּיעסע, דאָס מאָל אויף ייִדיש. די פּיעסע הייסט „דאָס שטעטל כתריאלעווקע”. דער טיטל איז אײַך מסתּמא אויך קענטלעך. די אויפֿפֿירונג איז באַזירט אויף שלום־עליכמס דערציילונגען. מסתּמא איז די באַליבטסטע צווישן זיי — „כּתריאלעווקער רעסטאָראַנאן”, רעזשיסירט און געשפּילט מיטן באַוווּסטן ישראלדיקן אַקטיאָר שמואל עצמון־ווירצער. במשך פֿון לאַנגע יאָרן האָט שמוליק עצמון־ווירצער געשפּילט דעם דאָזיקן טעקסט מיט די צוויי געניאַלע ישׂראלדיקע אקטיאָרן שמואל ראָדענסקי און שמוליק סגל. מען האָט זיי טאַקע גערופֿן די דרײַ שמוליקעס. נאָר וואָס זשע, ווי שלום־עליכם אַליין האָט געזאָגט, זינט מען האָט דערפֿונדען דעם טויט, איז קיינער נישט זיכער מיטן לעבן. די אַנדערע צוויי שמוליקעס זענען שוין אויפֿן עולם־האמת. שפּילט עצמון מיט די צוויי ייִנגערע וואַרשעווער אַקטיאָרן.

היות וואָס געשפילט ווערט אויף ייִדיש, וועט דער וואַרשעווער עולם קענען פֿאָלגן די פּיעסע אַ דאַנק פּוילישע אייבערקעפּלעך.

אלעקסאַנדראַ קרול האָט איבערגעזעצט דעם ייִדישן טעקטס מיט קלוגשאַפֿט און חן. 

ס׳איז אפֿשר כּדאי צו באַמערקן אַז להיפוך צו ישׂראל איז די ייִדיש־רעדנדיקע ענקלאַווע אין פּוילן זייער אַ יונגע און אין קעגנזאַץ צו תּל־אָבֿיבֿ איז ייִדיש אין וואַרשע, ווי מען זאָגט עס אין אמעריקע, „קול”. מאָדיש,אויב איר ווילט. במילא געפֿינען זיך יונגע לײַט ווי אלעקסאַנדראַ קרול וואָס רעדן און לייענען פֿליסיק ייִדיש. 

גאָט זאָל מיך נישט שטראָפֿן פֿאַר די רייד, אָבער אין ישׂראל, זענען די העברעיִשע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אַ ביסל סקלעראָטיש. דער נײַער איבערזעצער פֿון שלום־עליכמען אין ישׂראל, דער וואָס האָט קריטיקירט י. ד. בערקוואָטישעס קלאַסישע אָבער אַרכאַיִשע איבערזעצונגען, איז די טעג פֿיר און נײַנציק יאָר אלט. הייסן הייסט ער אריה אהרוני, און צום באַדויערן איז זײַן העברעיִשע ווערסיע פֿון שלום־עליכמען אויך ווײַט פֿונעם הײַנטיקן העברעיִשן לשון.

ווי געזאָגט, קרולס פּוילישע איבערזעצונג איז מחיהדיק פֿריש.

זײַט וויסן אַז דאָס ערשטע מאָל ווען מען האָט געשפילט שלום־עליכמס אַ פיעסע איז געווען דאָ אין וואַרשע, אין יאָר 1905. שלום־עליכם אַליין איז געווען אויף דער פּרעמיערע. דעמאָלט האָט מען אויך איבערגעזעצט די פּיעסע („צעזייט און צעשפּרייט”) אויף פּויליש. נישט חלילה ווײַל דער ייִדישער עולם האָט נישט פֿאַרשטאַנען קיין ייִדיש. דער עולם האָט געחלשט מען זאָל שפּילן די פּיעסע אויף ייִדיש. די צאַרישע מאַכט האָט עס אָבער נישט דערלויבט. פֿאַר וואָס האָט ייִדיש געשטערט דער ראָמאַנאָוו דינאַסטיע — וועגן דעם האָבן די היסטאָריקער דערווײַל נאָך נישט געשריבן.


אינעם נײַעם בוך „רװח״ דערצײלן פּאָלאַקן װי אַזוי זיי האָבן אַנטדעקט, אַז זיי שטאַמען פֿון ייִדן

מעסיע זשורדען, דער באַקאַנטער העלד פֿון מאָליערס פּיעסע, „דער בורזשואַזער דזשענטלמאַן”, האָט גערעדט פּראָזע זײַן גאַנץ לעבן, נישט וויסנדיק אַפֿילו וואָס איז אַזוינס פּראָזע. די פּאָליאַקן נוצן אַ סך ייִדישע ווערטער, נישט־וויסנדיק פון וואַנען זיי שטאַמען.

דאָס הייסט, אַז אין פּויליש האָבן די ייִדישע ווערטער אַן ענלעכן אָבער פֿון דעסטוועגן נישט דעם זעלבן באַטײַט ווי אין ייִדיש. נעמט למשל „דין תּורה”. די פּאָליאַקן ווייסן אַז „דין תּורה” מיינט א האַרבער פּסק, אָבער זיי מיינען אַז דאָס האָט צו טאָן נאָר מיט אַ גנבֿים־געריכט.

„רווח” מיינט פֿאַר די פּאָליאַקן נישט קיין פּראָפֿיט נאָר טומל, האַרמידער. הייסט עס — דער רעש אַרום דעם מסחר און נישט דער מסחר אַליין.

מיקאָלײַ גרינבערג, דער פּױליש־ייִדישער שרײַבער און פֿאָטאָגראַף, האָט נאָר וואָס אַרויסגעגעבן אַ בוך מיטן טיטל רווח. 

דאָס בוך איז אַ סעריע מאָנאָלאָגן פֿון פּאָליאַקן, עטלעכע פֿון זיי — אַזעלעכע וואָס האָבן אַנטדעקט ערשט װי דערוואַקסענע אַז זיי שטאַמען פֿון ייִדן. בײַ זיי איז דאָס אָפֿט זייער נישט קיין אַנגענעמע איבערראַשונג.

אַגבֿ, איך דאַרף נישט לאַנג זוכן לאַנג אַזעלכע פּאָליאַקן. מײַן אייגענע קוזינע איז ניצול געבליבן און נאָך דער מלחמה בכּיוון נעלם געוואָרן צווישן אונדזערע קאַטוילישע לאַנדסלײַט. קיינער אין איר משפחה ווייסט  מסתּמא נישט, אַז זיי זענען, הלכיש הייסט דאָס, הונדערט פּראָצענטיקע ייִדן.