צוויי דעפּוטאַטן אינעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס האָבן לעצטנס פֿירגעלייגט אַ געזעץ־פּראָיעקט צו מאַכן אַ ביוסט פֿונעם שרײַבער און געווינער פֿונעם נאָבל־פּריז אלי וויזל און אים אַרײַנצושטעלן אינעם קאַפּיטאָל־בנין.
דעפּוטאַטן סטיוו כּהן (דעמאָקראַט, אינדיאַנע) און אילענאַ ראָס־לייטינען (רעפּובליקאַנערין, פֿלאָרידע) האָבן פֿרײַטיק פֿירגעלייגט דעם געזעץ־פּראָיעקט אינעם רעפּרעזענטאַטן־הויז.
וויזל, אַן אַקטיוויסט קעגן דעם אַנטיסעמיטיזם און ראַסיזם וואָס איז געווען וועלט־באַרימט פֿאַר זײַנע ביכער, עסייען און דערציִונג־פּראָיעקטן וועגן דעם חורבן, איז אין יולי געשטאָרבן אין עלטער פֿון 87 יאָר.
כּהן, וואָס איז אַ ייִד, און ראָס־לייטינען, אַ קריסטלעכע פֿרוי מיט ייִדישע וואָרצלען, האָבן פֿרײַטיק אָפּגעגעבן כּבֿוד וויזלס דערגרייכונגען, דערקלערנדיק דערבײַ אַז זיי לייגן פֿיר דעם געזעץ־פּראָיעקט אין דער וואָך פֿון יום־השואה.
„אלי וויזל איז געווען איינער פֿון די שטאַרקסטע מאָראַלישע כּוחות אויף דער וועלט,‟ האָט כּהן געזאָגט. „ער איז אַ מיטגליד פֿון דער זעלטענער גרופּע מענטשן וואָס האָבן געהאַט אַ ריזיקע השפּעה אויף אונדזער וועלט, ווי נעלסאָן מאַנדעלאַ, ד׳׳ר מאַרטין לוטער קינג און מאַהאַטמאַ גאַנדי.‟
ראָס־לייטינען האָט געזאָגט אַז אַ סטאַטוע אָדער ביוסט אינעם קאַפּיטאָל־בנין „וואָלט אים פֿאַראייביקט און פֿאַרזיכערט, אַז מיר וועלן ווײַטער דערציילן זײַן געשיכטע און זיך דערמאָנען, אַז, ווי ער האָט געזאָגט, ׳אונדזער לעבן געהערט ניט צו אונדז אַליין, נאָר צו די אַלע וואָס נייטיקן זיך אין אונדז.׳‟
ביז אַהער האָבן 51 פֿון די 435 דעפּוטאַטן געזאָגט, אַז זיי וועלן שטיצן דעם געזעץ־פּראָיעקט, אָבער אָבסערוואַטאָרן האַלטן אַז די לעגיסלאַציע וועט דורכגעפֿירט ווערן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.