וואָס איז דער עומר און פֿאַר וואָס איר מעגט עס ליב האָבן, פּונקט ווי איך

What Is The Omer And Why Should You Love It Like I Do?


פֿון דן פֿרידמאַן (Forward)

Published May 05, 2017, issue of May 26, 2017.

ראשית־כּל זאָלט איר וויסן זײַן, אַז דער עומר — אָדער בעסער געזאָגט: די ספֿירת־העומר, דאָס ציילן דעם עומר — איז אַ קאַלענדאַרישער מכשיר וואָס פֿירט אונדז פֿון דער מצה ביזן קעזקוכן. וואָס איז דאָ נישטאָ ליב צו האָבן?

נישט אַלץ איז אָבער זיס ווי דער קעזקוכן. אין משך פֿון די זיבן וואָכן פֿונעם עומר דאַרפֿן מיר האָרעווען פֿאַר אונדזער שטיקל טאָרט דורכן אָפּציילן יעדן אָוונט די טעג. אַן עומר איז אַ מין סנאָפּ, אַ שיטמאָס (אַרום 43.2 אייער, טאָמער איז אײַך נאָך פֿאַרבליבן עטלעכע פֿון פּסח). הייסט עס, אַז מיר ציילן נישט נאָר די טעג, נאָר אויך דעם וווּקס פֿון דער תּבֿואה ביזן שניט.

פֿאַרשטייט זיך, האָבן מיר אין דער צײַט אויך די בערד. בײַם אויפֿוואַקסן ווי אַן אַשכּנזיש ייִנגל (און שפּעטער: ווי אַ יונגער־מאַן) האָט דער עומר זיך געצויגן פֿונעם צווייטן טאָג פּסח (איינער פֿון די דרײַ שלש־רגלים) ביז שבֿועות (דער עולה־רגל־פֿעסטיוואַל פֿונעם שניט). ס׳איז אַ צײַט ווען מיר אָנערקענען דאָס בײַטן זיך פֿון די סעזאָנען און בעטן גאָט אַז סע זאָל פֿאַלן אַ טוי שטאָטס אַ רעגן. ס׳איז די צײַט פֿון יאָר ווען סע ווערט ביסלעכווײַז ווידער אַ פֿאַרגעניגן אַרויסצוגיין אין דרויסן.

נאָר וואָס נאָך: בשעת די פֿון דער מיטל־עלטערישער קריסטלעכער וועלט זענען געשפּרונגען פֿאַר פֿרייד וועגן דעם ווידער געבוירן ווערן פֿון דער וועלט און דעם תּחית־המתים פֿון זייער אויסלייזער — און געפֿײַערט דעם יום־טובֿ דורך דער אַלטער טראַדיציע פֿון דורכפֿירן פּאָגראָמען אויף ייִדן — האָבן די ייִדן נישט אַזוי שטאַרק גענאָסן פֿון יענער תּקופֿה.

לויט אונדזער מינהג זענען די וואָכן פֿונעם עומר אַ צײַט פֿון האַלבטרויער, ווען די הלכה דערלאָזט נישט קיין מוזיק אָדער ‎שׂימחות ווי, למשל, חתונות, און מע טאָר זיך נישט שערן די האָר אָדער זיך גאָלן — אָט דערפֿאַר האָב איך דערמאָנט די בערד! דורך דעם, זאָגט מען, מערקט מען אָפּ דעם אָנדענק פֿון אַ שרעקלעכער קרענק וואָס האָט אומגעבראַכט טויזנטער פֿון רבי עקיבֿאס תּלמידים, אָבער אין דער אמתן איז עס כּדי מע זאָל נישט צו פֿיל הוליען. אין דער ייִנגלשול וווּ איך האָב זיך יונגערהייט געלערנט האָט מען אונדז קלאָר אָנגעזאָגט, אַז ס׳איז אַ טרויערצײַט און מע זאָל זיך אײַנהאַלטן פֿון שׂימחהווען.

נישט נאָר פֿאַרלאָזן מיר די פֿאַקטישע און מעטאַפֿאָרישע בערד; מיר טאָרן זיי אויך נישט אונטערשערן. נישט־געקוקט אויף אונדזער פֿרייד זעענדיק די שפּראָצנדיקע טולפּאַנען און די בינען וואָס באַשטויבן זיי, נישט־געקוקט אויף אונדזער הנאה פֿון די ביימער וואָס צעבליִען זיך און די זינגפֿייגל וואָס זיצן אויף זיי, דאַרפֿן מיר אַרײַנקוקן אין זיך מיט באַשיידנקייט און דערבײַ פֿאַרשטיין, אַז די נאַטור בליט נישט פֿאַר מײַנעט וועגן.

אין פֿאַרגלײַך מיט משה רבנו, וואָס האָט נישט געטאָרט אַרײַן אינעם צוגעזאָגטן לאַנד דערפֿאַר ווײַל ער האָט אַ קלאַפּ געטאָן דעם שטעקן אינעם שטיין, ציילן מיר מיט עניוות דעם וועג צו אונדזער אייגענעם ווידער געבוירן ווערן. נאָך 33 טעג קומט אָן ל״ג־בעומר – אַ קורצע מנוחה, אַן איין־איינציקן טאָג ווען מע מעג יאָ שׂימחהווען אין מיטן פֿון די וואָכן פֿון טרויער. דערנאָך קערן מיר זיך ווידער אום צום איבערציילן די סנאָפּעס פֿאַרן שניט, ביז מיר קומען אָן צום טאָג וואָס פּראַוועט נישט נאָר דאָס גערעטעניש, נאָר אויך גאָטס געבן די ייִדן די תּורה — מיט אַנדערע ווערטער, דאָס גערעטעניש פֿון דין.

ס׳איז טאַקע נישט קיין חידוש, אַז דערמיט וואָס די תּורה שטעלט אַוועק אַזאַ מזלדיקע צײַט — זיבן וואָכן, פֿון די ביכּורים ביזן שניט (סײַ אַגריקולטורעל סײַ פֿון דער תּורה) האָט דאָס אָפּהיטן דעם עומר אָנגענומען אַ מין קבלישן סימבאָליזם. ווי עס זאָל נישט זײַן, צי מ׳איז אַ מקובל צי אַ קאַראַיִמער, אַ חסיד צי אַ מתנגד, אַ פֿרומער צי נישט, אַ פּעסימיסט צי אַן אָפּטימיסט, דאַרף מען באַוווּנדערן דעם עלעגאַנטן משך פֿון דער צײַט, ווי אַ מין געטלעכער קאַלענדאַרישער זייגער וואָס פֿירט אונדז טראָט נאָך טראָט פֿון דער מצהדיקער פֿרײַהייט ביז צו דער מילכיקער דערקוויקונג בײַם זמן־מתּן־תּורתנו.