אין געוויסע קאַווע־הײַזער אין ישׂראל די טעג, אַז דו רעדסט שיין צו דער „באַריסטע‟ — דער מענטש וואָס גרייט דיר צו די קאַווע — וועסטו נישט בלויז באַקומען אַ שמייכל; קענסט שפּאָרן געלט אויך.
„קפֿה קפֿה‟ — איינע פֿון די גרעסטע קאַוועהויז־קייטן אין לאַנד — רעכנט איצט די קונים פֿון זייערע 157 פֿיליאַלן אַ פּרײַז וואָס איז 25% ווייניקער ווי געווייטלעך, אויב זיי זאָגן „זײַט אַזוי גוט‟ און „אַ דאַנק‟ ווען זיי באַשטעלן אַ טעפּל קאַווע, האָט לעצטנס איבערגעגעבן „האָרץ‟.
אַ טעפּל קאַווע וועט קאָסטן די העפֿלעכע קונים בלויז 6 שקל, אָדער $1.66, אַנשטאָט 8 שקל, אָדער $2.20.
דער אייגנטימער פֿון „קפֿה קפֿה‟, רונן נימני, האָט דערקלערט, אַז ער האָפֿט אַז די קאַמפּאַניע וועט „מוטיקן מענטשן אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט זיך צו באַציִען מיט מער דרך־ארץ איינער צום צווייטן.‟
נימני האַלט, אַז דער איניציאַטיוו וועט אויך האָבן אַ פֿינאַנציעלן בענעפֿיט. עטלעכע יאָר צוריק האָט מען געשניטן דעם פּרײַז פֿון אַ טעפּל קאַווע פֿון 11 אָדער 12 שקל ביז 8 שקל; ווי אַ פּועל־יוצא זענען צוגעקומען 30־40 פּראָצענט מער קונים. די זעלבע זאַך קאָן געשען דאָס מאָל, האָט ער געזאָגט.
די ישׂראלים זענען באַקאַנט פֿאַר זייער ליבשאַפֿט פֿאַר קאַווע. לויט דער סטאַטיסטיק געפֿינען זיי זיך אין דער רשימה פֿון די 30 גרעסטע קאַווע־טרינקערס איבער דער וועלט. איין אַנקעטע האָט אָנגעוויזן, אַז דער דורכשניטלעכער ישׂראלי טרינקט מער ווי 100 ליטער קאַווע אַ יאָר — כּמעט צוויי מאָל אַזוי פֿיל ווי דער דורכשניטלעכער אַמעריקאַנער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.