אַחוץ דעם וואָס דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ אין אַמערסט, מאַסאַטשוסעטס איז ברייט באַקאַנט פֿאַר זײַן דיגיטאַליזירטער ביכער־זאַמלונג און זײַנע פֿאַרשידענע דערציִערישע פּראָגראַמען, איז די אָרגאַניזאַציע אויך באַרימט אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער פֿילאַנטראָפּישער וועלט פֿאַרן האָבן זייער אַן אַנטוויקטלע און געניטע פּראָגראַם פֿון געלטשאַפֿערײַ (בלע׳׳ז: development).
דער פּערסאָנאַל אין דעם „צענטערס‟ אָפּטייל פֿון געלטשאַפֿערײַ, בשותּפֿות מיט זײַן גרינדער און פּרעזידענט אַהרן לאַנקסי, זענען יאָר־אײַן יאָר־אויס מסוגל צו זאַמלען מיליאָנען דאָלאַר פֿון גרויסע פֿילאַנטראָפּן און פֿונדאַציעס, ווי אויך, און איבערהויפּט, צענדליקער טויזנטער ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר וואָס שענקען עטלעכע מאָל אַ יאָר $36 אָדער $54 דאָלאַר.
דעם „צענטערס‟ הצלחה בײַם שאַפֿן געלט קען מען צושרײַבן צו זײַנע לאַנגיאָריקע באַציִונגען מיט אירע שטיצער, אַ מאַנשאַפֿט פֿון געניטע אַרבעטער און אַהרן לאַנסקיס רעגולערע בריוו צו די מיטגלידער, וואָס דערקלערן אויף אַ רירנדיקן אופֿן, פֿאַר וואָס ס׳איז וויכטיק צו שענקען דער אָרגאַניזאַציע אַ בײַשטײַער. במשך פֿון די לעצטע צוויי יאָר האָט די אָרגאַניזאַציע געשאַפֿן מער ווי $25 מיליאָן דאָלאַר כּדי צו פֿאַרגרעסערן איר עולמות־פֿאָנד.
לעצטנס האָט דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ געלאָזט וויסן, אַז ער האַלט אין לאַנצירן אַ נײַע סטיפּענדיע־פּראָגראַם, אין וועלכער מע וועט לערנען אַ סטיפּענדיאַט ווי אַזוי צו שאַפֿן געלט פֿאַר דער אָרגאַניזאַציע. דער סטיפּענדיאַט וועט ווערן באַצאָלט און אַרבעטן צוזאַמען מיט די אַנדערע געלטשאַפֿערײַ־פּראָפֿעסיאָנעלן. דערצו וועט ער אָדער זי ווערן אויסגעשולט אינעם פֿאַך פֿון געלטשאַפֿערײַ בכלל. מע זוכט אַ קאַנדידאַט, וואָס האָט לעצטנס פֿאַרענדיקט דעם אוניווערסיטעט אָדער גראַדויִר־שול און קען זיך אויס אויף דער ייִדישער קולטור אין געשיכטע.
פֿאַראינטערעסירטע זאָלן אויספֿילן דעם אַפּליקאַציע־בויגן און אַרײַנשיקן אַ קוריקולים וויטע, זייערע אַקאַדעמישע טראַנסקריפּטן און דרײַ רעקאָמענדיר־בריוו, צו צבֿי יאַנקעלאָוויטשן (zjankelowitz@yiddishbookcenter.org).
מע וועט אָננעמען אַפּליקאַציעס ביזן ערשטן יולי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.