אַ וואַנטגעמעל, וואָס פּריידיקט דרך־ארץ פֿאַר דער פֿאַרשידנאַרטיקייט פֿון דער געזעלשאַפֿט, אַרײַנגערעכנט די רעליגיעזע אונטערשיידן, וועט געשאַפֿן ווערן לעבן אַ ייִדישן בית־עולם וואָס איז לעצטנס פֿאַרשוועכט געוואָרן אין אַ פֿאָרשטאָט פֿון פֿילאַדעלפֿיע.
אין פֿעברואַר האָבן וואַנדאַלן איבערגעקערט אַרום 175 מצבֿות אינעם בית־חחיים „הר־הכּרמל‟ אין וויסינאָמינג לעבן פֿילאַדעלפֿיע. צוויי אַרבעטער־פֿאַראיינען האָבן פֿרײַוויליק זיך אונטערגענומען צו פֿאַרריכטן אַלע מצבֿות פֿרײַ פֿון אָפּצאָל. די אַרבעטער האָבן אויך פֿאַרראָכטן דעם פּלויט וואָס פֿאַרצוימט דעם בית־עולם, אַרײַנגערעכנט נײַע לאָמפּן און זיכערהייט־מכּשרים, די אַרײַנדרינגלער זאָלן ניט ווידער צעשטערן די מצבֿות.
איצט וועט די אָרגאַניזאַציע Mural Arts Philadelphia, וואָס שאַפֿט וואַנטגעמעלן אויף בנינים איבער דער שטאָט, שאַפֿן אַ וואַנטבילד צוזאַמען מיט די אָרגאַניזאַציעס „צווישן־רעליגיעזן ראָט פֿון פֿילאַדעלפֿיע‟, „פֿרײַנד פֿון וויסינאָמינג־פּאַרק‟ און דער „פֿילאַדעלפֿיאַנער אינסטאַנץ פֿאַר פּאַרקן און פֿאַרווײַלונג‟, האָט איבערגעגעבן די צײַטונג Philadelphia Jewish Exponent. דאָס וואַנטגעמעל, וואָס וועט הייסן „קולטיווירט דרך־ארץ‟, וועט אויפֿגעשטעלט ווערן אין וויסינאָמינג־פּאַרק, וואָס איז האַרט בײַם בית־עולם. מע וועט אָפֿיציעל לאַנצירן דעם פּראָיעקט סוף־מײַ און אים פֿאַרענדיקן סוף־יוני.
דזשיין גאָלדן, די גרינדערין און דירעקטאָרשע פֿון Mural Arts Philadelphia, האָט געזאָגט אַז דאָס שאַפֿן אַ וואַנטגעמעל ווי אַן ענטפֿער אויף אַן אינצידענט אַזוי ווי דער וואָס איז פֿאָרגעקומען אינעם בית־עולם „הר־הכּרמל‟ איז איינע פֿון די צוועקן פֿאַר וואָס מע שאַפֿט קונסט פֿאַרן ברייטן עולם.
„מיר שאַפֿן אַמאָל עפֿנטלעכע קונסטווערק, ווײַל זיי קענען אינספּירירן מענטשן צו טאָן אַנדערע זאַכן, און ווײַל ס׳איז אַן אופֿן צו פֿאַרבינדן מענטשן‟, האָט גאָלדן געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.