דעם 4טן און 5טן מײַ איז אין פֿאָרדהעם־אוניװערסיטעט (מאַנהעטן) פֿאָרגעקומען אַ סימפּאָזיום אױף דער טעמע „די סאָציאַלע װיסנשאַפֿט און די ייִדישע פֿראַגע: דאָס אָרטאָדאָקסישע לעבן אינעם 21סטן יאָרהונדערט“. דער סימפּאָזיום איז געװען די ערשטע עפֿנטלעכע פּראָגראַם פֿון דער נײַער „ניו־יאָרקער אַרבעט־גרופּע פֿאַר דער פֿאָרשונג פֿון ייִדישער אָרטאָדאָקסיע“, אַן אַקאַדעמישע אָרגאַניזאַציע פֿאַר סאָציאַלע װיסנשאַפֿטלערס װאָס שרײַבן װעגן אָרטאָדאָקסישע קהילות.
די אַרבעט־גרופּע איז געגרינדעט געװאָרן אין האַרבסט 2016 דורך פּראָפֿעסאָר אילה פֿעדער (פֿאָרדהעם־אוניװערסיטעט), אַן אַנטראָפּאָלאָג און די מחברטע פֿונעם בוך „מיצװה־מײדלעך: דאָס אױפֿהאָדעװען אַ נײַעם דור חסידישע ייִדן אין ברוקלין“, צוזאַמען מיט מיר, איציק בלימאַן (ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט), אַ דאָקטאָראַנט פֿון לינגװיסטיק, װאָס איך שרײַב מײַן דיסערטאַציע צום טײל װעגן חסידיש ייִדיש. ס’איז אונדז בײדן אײַנגעפֿאַלן, אַז סאָציאַלע װיסנשאַפֿטלערס װאָס פֿאַרנעמען זיך אַקאַדעמיש מיט אָרטאָדאָקסישע ייִדן האָבן נישט װוּ אַרומצורעדן זײערע אָנגײענדיקע פּראָיעקטן, און אַז געװיסע פּראָבלעמען װאָס זענען שײך דער פֿאָרשונג פֿון אָרטאָדאָקסיע דאַרפֿן באמת דיסקוטירט װערן (למשל, װי אַזױ קומט מען צו צו פֿרומע ייִדן װאָס זענען גערן זיך צו באַטײליקן אין אַן אַקאַדעמישער פֿאָרשונג? װי אַזױ קען מען באַשרײַבן די אָרטאָדאָקסישע קהילות פֿאַר אַנדערע אַקאַדעמיקערס װאָס װײסן גאָרנישט װעגן ייִדן?). די גרופּע װערט פֿינאַנציעל אונטערגעשטיצט פֿון דער אַמעריקאַנער אַקאַדעמיע פֿאַר ייִדישער פֿאָרשונג, דער פּראָגראַם אין ייִדישע שטודיעס בײַם פֿאָרדהעם־אוניװערסיטעט און דעם אָפּטײל פֿון העברעיִשע און ייִדישע שטודיעס בײַם ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט. (די פֿולע רשימה מיטגלידער פֿון דער אַרבעט־גרופּע קען מען געפֿינען אױף אונדזער װעבזײַטל: https://wp.nyu.edu/nywgjo/.)
דער סימפּאָזיום האָט זיך אָנגעהױבן מיט אַ רעפֿעראַט פֿון פּראָפֿעסאָר נתנאל דױטש (קאַליפֿאָרניער אוניװערסיטעט, סאַנטאַ־קרוז) װעגן דער געשיכטע און גענטריפֿיצירונג פֿון װיליאַמסבורג, און װעגן דער ראָלע װאָס עס שפּילן די דאָרטיקע חסידים. דער דיסקוטאַנט איז געװען פּראָפֿעסאָר קאָרטני בענדער (קאָלאָמביע־אוניװערסיטעט), אַ סאָציאָלאָג װאָס שרײַבט װעגן רעליגיע און פּלוראַליזם אין אַמעריקע (לאַװ־דװקא װעגן ייִדן). אין זײַן רעדע, װאָס איז פֿאַקטיש געװען אַ חלק פֿון אַ גרעסער װערק, װאָס קומט באַלד אַרױס אין בוכפֿאָרעם, האָט פּראָפֿעסאָר דױטש געגעבן צו פֿאַרשטײן אַז דער באַגריף „גענטריפֿיצירונג“, װאָס איז אַזױ ענג פֿאַרבונדן מיט דער פּאָליטיק פֿון ראַסע, װערט קאָמפּליצירט אין װיליאַמסבורג װײַל סײַ די נײַע תּושבֿים (די „אַרטיסטן“), סײַ די עלטערע באַפֿעלקערונג (די ייִדן) װערן באַטראַכט װי „װײַסע“.
דעם צװײטן טאָג פֿונעם סימפּאָזיום איז פֿאָרגעקומען אַ פּאַנעל־דיסקוסיע װעגן עטנאָגראַפֿיע אין ייִדישע שטודיעס. די פּאַנעליסטן זענען געװען: פּראָפֿעסאָר אוריתּ אַבֿישי (פֿאָרדהעם־אוניװערסיטעט) — אַן אַנטראָפּאָלאָג װאָס שרײַבט װעגן פֿעמינינקײט און אָרטאָדאָקסיע אין ישׂראל; פּראָפֿעסאָר מאַרק קליגמאַן (קאַליפֿאָרניער אוניװערסיטעט, לאָס־אַנדזשעלעס), אַן עטנאָמוזיקאָלאָג װאָס האָט אָנגעשריבן אַ בוך װעגן דער ליטורגישער מוזיקאַלישער טראַדיציע פֿון סירישע ייִדן אין ניו־יאָרק; מעטיו װיליאַמס (סטענפֿאָרד־אוניװערסיטעט), אַ דאָקטאָראַנט פֿון דערציִונג און געשיכטע און אַ פֿאָרשער פֿון דער קירובֿ־באַװעגונג; און חנה מײן (טאָראָנטאָ), אַ דאָקטאָראַנט פֿון אַנטראָפּאָלאָגיע װאָס שרײַבט איר דיסערטאַציע װעגן דאַװנען און תּפֿילה טאָן בײַ פֿרומע ליבעראַלע פֿרױען אין ישׂראל. דער פֿאָרזיצער פֿונעם פּאַנעל איז געװען פּראָפֿעסאָר שמואל הײַלמאַן (קװינס־קאַלעדזש, ניו־יאָרקער שטאָטישער אוניװערסיטעט), דער באַקאַנטער סאָציאָלאָג פֿון אָרטאָדאָקסן און חסידים, װאָס האָט ערשט אַרױסגעגעבן זײַן צװעלפֿט בוך „װער װעט אונדז פֿירן? די געשיכטע פֿון פֿינעף חסידישע דינאַסטיעס אין אַמעריקע“. די פּאַנעליסטן האָבן רעאַגירט אױף דער פֿראַגע „װאָס פֿאַר אַ חידושים קען ברענגען די פֿאָרשונג פֿון פֿרומע ייִדן צו אײַער דיסציפּלין, און װאָס פֿאַר אַ טעאָריעס און מעטאָדאָלאָגיעס ברענגט איר פֿון אײַער דיסציפּלין צו דער פֿאָרשונג פֿון פֿרומע ייִדן?“
נאָך דעם פּאַנעל זענען געקומען ספּעציעלע געסט, צװײ פּראָדוצענטן פֿונעם נײַעם ייִדישן פֿילם „מנשה“, אַלעקס ליפּשולץ און דניאל פֿינקלמאַן, װאָס האָבן געװיזן אױסצוגן פֿונעם פֿילם. דערנאָך האָט פּראָפֿעסאָר פֿײ גינזבורג, די מיטדירעקטאָרשע פֿון דעם צענטער פֿאַר רעליגיע און דער מעדיאַ בײַם ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט, אָנגעפֿירט מיט אַ לעבעדיקער דיסקוסיע. די פּראָדוצענטן האָבן געגעבן צו פֿאַרשטײן, װי אַזױ זײ האָבן געפֿונען אַקטיאָרן אין דער חסידישער קהילה, װי אַזױ מע האָט איבערגעזעצט דעם סצענאַר פֿון ענגליש אױף הײמיש ייִדיש און װאָס פֿאַר אַ װירקונג דער פֿילם קען האָבן אױף דער חסידישער גאַס. דער פֿילם װעט געװיזן װערן אין אַמעריקאַנער קינאָ־טעאַטערס אָנהייבנדיק דעם 28סטן יולי.
די אָרגאַניזאַטאָרן פֿונעם סימפּאָזיום (ד”ה, איך מיט אילה פֿעדער) פּלאַנירן אַרױסצוגעבן אַ פּובליקאַציע, װאָס װעט אַרײַננעמען די אַרבעטן פֿון די מיטגלידער פֿון דער אַרבעט־גרופּע און אַזױ אַרום אונטערשטרײַכן די װיכטיקײט פֿון עטנאָגראַפֿיע אין דער פֿאָרשונג פֿון פֿרומע ייִדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.