שׂריפֿה צעשטערט היסטאָרישע שיל אויפֿן איסט סײַד

Fire Seriously Damages Historic Lower East Side Shul

פֿון ייִט״אַ

Published May 16, 2017, issue of May 26, 2017.

Twitter

אַ גרויסע שׂריפֿה האָט שטאַרק צעשטערט אַ היסטאָרישע שיל אינעם איסט סײַד פֿון מאַנהעטן.

די שׂריפֿה אין דער „בית־המדרש הגדול‟ איז אויסגעבראָכן זונטיק אויף דער נאַכט און געברענט שעהען לאַנג, אַפֿילו נאָך דעם ווי די פֿײַער־לעשער האָבן די פֿלאַמען אײַנגעצאַמט.

ס׳איז נישט קלאָר ווי אַזוי די שיל האָט זיך אָנגעצונדן, אָבער דער פֿײַערשעף האָט דערקלערט, אַז לויט די סימנים האָט זיך עס אָנגעהויבן אינעווייניק, אינעם בנין, האָט איבערגעגעבן NBC News.

דער בנין איז געווען ליידיק בעת דער שׂריפֿה. צוויי פֿײַערלעשער זענען פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן.

דער בנין, געבויט לויטן גאָטישן סטיל אין 1850, האָט צו ערשט געדינט ווי אַ באַפּטיסטישן קלויסטער. אין 1855 האָבן ייִדישע אימיגראַנטן פֿון רוסלאַנד אים אָפּגעקויפֿט און אים פֿאַרוואַנדלט אין אַן אָרטאָדאָקסישער שיל. אין 1967 איז דער בנין באַצייכנט געוואָרן ווי אַ היסטאָריש באַשטימט אָרט פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק.

אין 2003 איז די שיל אַרײַנגענומען געוואָרן אין דער רשימה פֿון היסטאָרישע ערטער וואָס געפֿינען זיך אין אַ סכּנה. די מיטגלידער פֿון דער שיל־פֿאַרוואַלטונג האָבן געהאָפֿט צו פֿאַרריכטן דעם בנין אָבער נאָכן דערוויסן זיך אַז דער רעמאָנט וועט קאָסטן צווישן 3 און 4 מיליאָן דאָלאַר, האָבן זיי באַשלאָסן, אַז צו שאַפֿן אַזוינע פֿאָנדן איז איבער זייערע כּוחות, און די שיל האָט זיך געשלאָסן אין 2007.

עטלעכע אָרטיקע אײַנוווינער האָבן געזאָגט דער „ניו יאָרק פּאָסט‟ אַז ס׳איז מיט אַ וואָך פֿריִער אויך אויסגעבראָכן אַ פֿײַער, אָבער די צײַטונג האָט נישט באַקומען קיין באַשטעטיקונג דערפֿון.