די באַקאַנטע ייִדיש־לערערין, כּלל־טוערין, און אומפֿאַרמאַטערלעכער קעמפֿער פֿאַר ייִדיש און דער ייִדישער קולטור, געלע שווייד פֿישמאַן, איז דינסטיק, דעם 16טן מײַ, אַוועק אין דער אייביקייט בײַ זיך אין דער היים אין ריווערדייל, ניו־יאָרק. זי איז געווען 90 יאָר אַלט.
די לװיה װעט פֿאָרקומען דאָנערשטיק, דעם 18טן מײַ, 9:30 אין דער פֿרי, אינעם „היברו אינסטיטוט״:
די קבֿורה וועט פֿאָרקומען אינעם „ריווערסײַד בית־עולם‟:
די משפּחה װעט זיצן שבֿעה פֿון דאָנערשטיק, גלײַך נאָך דער קבֿורה, ביז מיטוואָך, דעם 24סטן מײַ, בײַ די פֿישמאַנס:
געלע איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט ניו־יאָרק בײַ טאַטע־מאַמע אימיגראַנטן, און האָט זיך געלערנט אין די שלום־עליכם־שולן אויף אַלע מדרגות: פֿאָלקשול, מיטלשול און לערער־סעמינאַר, און האָט אױך גראַדויִרט פֿונעם ייִדישן לערער־סעמינאַר אין מאָנטרעאָל. אין די 1940ער יאָרן איז זי געווען אַקטיוו אינעם ערשטן גילגול פֿון דער יוגנט־באַוועגונג „יוגנטרוף“ וואָס ס׳האָט דעמאָלט פֿאַרלייגט דער ייִדישער לינגוויסט ד״ר אוריאל ווײַנרײַך בשותּפֿות מיט איר צוקונפֿטיקן מאַן, דער גרויסער סאָציאָלינגוויסט, ד״ר שיקל פֿישמאַן.
יאָרן לאַנג איז געלע געווען אַ לערערין אין די ייִדיש־װעלטלעכע שולן און געלערנט די ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור אין ישיבֿה־אוניװערסיטעט און שטערן־קאַלעדזש אין ניו־יאָרק, ווי אויך אין עטלעכע מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע טאָגשולן אין ניו־יאָרק.
געלע איז געווען די פֿאַרלײגערין פֿונעם „אַרכיװ פֿון די ייִדיש־װעלטלעכע שולן אין צפֿון־אַמעריקע“, וואָס געפֿינט זיך אין סטאַנפֿאָרד־אוניװערסיטעט אין קאַליפֿאָרניע. דער אַרכיוו האָט, זינט זײַן בראשית און מיט אַ סך מי מצד געלען, באַוויזן צונויפֿצוזאַמלען, קאַטאַלאָגירן און פֿאַרשפּרײטן אָן אַ שיעור מאַטעריאַלן געשאַפֿענע במשך די דורות אין די שולן, כּדי צוקונפֿטיקע פֿאָרשערס זאָלן קענען באַנעמען די וויכטיקייט פֿון דער ייִדישער שולסיסטעם אין אַמעריקע.
געלע און שיקל פֿישמאַן זענען געווען די פּיאָנירן פֿון דער „ביינברידזשיווקע“, דער קליינער ציבור ייִדישיסטן — אין איינעם מיט ד״ר מרדכי און טשאַרנע שעכטער און ד״ר יונה און ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן – וואָס האָבן געוווינט אויף ביינברידזש־עוועניו אין בראָנקס, ניו־יאָרק, און אויפֿגעהאָדעוועט זייערע קינדער אין אַ וועלטלעכער ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה.
געלע האָט אַרױסגעגעבן אָן אַ שיעור פּעדאַגאָגישע מאַטעריאַלן, אַרײַנגערעכנט אַן אָנהײבער־טעקסטביכל „שלום־עליכם, קינדער“ (1961), און געהאָלפֿן איבערזעצן אַ ביכל תּחינות „בזכות אמהות/The Merit of Our Mothers“ (היברו-יוניִאָן-קאַלעדזש־פּרעס, 1992). שפּעטער האָט געלע זיך גענומען צו פּאָעזיע און האָט אין 2002 אַרויסגעגעבן דאָס ביכל, „אין שטילע שעהען“. אינעם יאָר פֿאַר איר פּטירה האָט זי מיט גרויס מי און ליבשאַפֿט אָנגעשריבן און באַאַרבעט אַ לענגערע פּאָעמע וואָס שפּיגלט אָפּ די געשיכטע און נסיונות פֿון עטלעכע דורות פֿון דער אייגענער משפּחה. די פּאָעמע איז געבליבן נישט־געדרוקט.
געלע האָט פֿאַראָבֿלט דרײַ זין — מאָנעלע, דוד און אַבֿי; דרײַ שנורן — לעסלי, עליסאַ און אילת, און 9 אייניקלעך.
דאָ אונטן קען מען זען און הערן אַ פּרטימדיקן אינטערוויו וואָס קריסטאַ וויטני האָט אָפּגעהאַלטן מיט געלע שווייד פֿישמאַן דעם 24סטן מײַ 2016 אין בראָנקס. די בעל־פּה־געשיכטע איז איינע אין אַ סעריע א״ט „וועקסלער־פּראָיעקט פֿון בעל־פּה־געשיכטעס“ בײַם ייִדישן ביכער־צענטער (אַמהערסט, מאַס׳).
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.