דער ייִדישער פּאָעט, פּאַרטיזאַן און עטנאָמוזיקאָלאָג שמערקע קאַטשערגינסקי האָט מחבר געווען אַ ריי באַרימטע לידער אין דער ווילנער געטאָ, אַרײַנגערעכנט „שטילער, שטילער‟, „פֿרילינג‟, דעם „יוגנט־הימען‟ און „זאָל שוין קומען די גאולה‟. ווייניקער באַקאַנט איז אָבער זײַן ליד „דאָס עלנטע קינד‟, וואָס ער האָט געשריבן ווי אַ מתּנה זײַן חבֿרטע רחלע (פּופּקע) קרינסקי, וואָס האָט באַהאַלטן איר טעכטערל בײַ אַ פּוילישער פֿרוי אויף דער אַרישער זײַט.
„דאָס עלנטע קינד‟, וואָס שטעלט פֿאָר ווי קרינסקיס טעכטערל שׂרהלע בענקט נאָך איר מאַמען און הייסט איר געדענקען אַלץ וואָס איר מאַמע האָט אויפֿגעטאָן זי צו באַשיצן, וועט באַלד ווערן מער באַקאַנט אַ דאַנק דעם וואָס די זשורנאַליסטקע אַליקס וואַל און דער פֿילם־רעזשיסאָר מאַרק סמאָלאָוויטש האַלטן אין פֿאַרענדיקן אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן אים. בײַ אַליקס וואַל איז דער פּראָיעקט זייער אַ פּערזענלעכער — איר מאַמע, שׂרה וואַל, איז טאַקע געווען דאָס עלנטע קינד פֿונעם ליד.
לויט אַ פּרטימדיקן באַריכט אין דער צײַטונג JWeekly, האָט אַליקס וואַלס שטענדיק געוווּסט אַז מע האָט געשריבן אַ ליד וועגן איר מאַמען אָבער זי האָט ניט קיין סך געטראַכט וועגן דעם ביז איר מאַמע איז ניפֿטר געוואָרן אין 2002. דעמאָלט האָט זי זיך דערוווּסט, אַז מענטשן איבער דער וועלט זינגען נאָך אַלץ דאָס ליד און זי האָט דערפֿאַר באַשלאָסן צו מאַכן פֿון דער געשיכטע אַ דאָקומענטאַר־פֿילם.
ווי מע קען זען פֿונעם „טריילער‟ אויבן, פּרובירן וואַלס און סמאָלאָוויטש צו פֿאַרבינדן די געשיכטע פֿונעם חורבן בכלל און פֿונעם ליד בפֿרט מיט דער הײַנטיקער פּאָליטיק פֿון דאָנאַלד טראָמפּ און זײַן צוגאַנג צו פּליטים. דער פֿילם ווידמעט אויך אָפּ אַ סך צײַט צו די פֿאַרשידנאַרטיקע מוזיקער, וואָס זינגען קאַטשערגינסקיס „דאָס עלנטע קינד‟, אַרײַנגערעכנט מדרכי־צבֿי ראָסל און די באַרימטע מוזיקער דזשערעמײַע לאָקוווּד און דזשוליע אײַזנבערג.
כּדי צו לייענען נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם פֿילם באַזוכט: https://www.lonelychildmovie.com.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.