ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published May 23, 2017, issue of May 26, 2017.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

די פּיעסע „די קליינע מענטשעלעך‟, אויפֿגעפֿירט אויף ייִדיש, ווערט געלויבט פֿאַר איר אויטענטישקייט

„די קליינע מענטשעלעך” האָבן געמאַכט אַ גרויסן רושם אויפֿן וואַרשעווער עולם. דאָ רעדט זיך וועגן שלום־עליכמס פּיעסע. אָדם דילעווסקי פֿונעם ייִדישן מוזיי „פּולין‟ דערציילט אויפֿן וועבזײַטל פֿונעם מוזיי אַז זיצנדיק אינעם קליינעם זאַל פֿונעם ייִדישן טעאַטער האָט זיך אים געדאַכט אַז ער פֿליט אין אַ צײַטמאַשין און ער לאַנדעט אין פֿאַרמלחמהדיקן וואַרשע. דער קליינער זאַל, שרײַבט דילעווסקי, האָט אויסגעזען ווי אַ סקראָמנער (באַשיידענער) אָבער היימישער ייִדישער ליטעראַרישער קלוב פֿון יענע יאָרן. דער עולם האָט אָפֿטמאָל געלאַכט, נאָך איידער די אייבערקעפּלעך האָבן זיך באַוויזן אויפֿן עקראַן — אַ סימן אַז טייל פֿונעם קליינעם עולם פֿאַרשטייט טאַקע מאַמע־לשון.

איין צוקוקער, אַן אוראייניקל פֿונעם באַוווּסטן ייִדישן קעלצער פֿאָטאָגראַף קאָפּל גרינגראַס, וואָס די דײַטשן האָבן דערשאָסן אין יאָר 1941, האָט פֿאַרסכהכּלט זײַנע עמאָציעס בזה הלשון: „קוקנדיק אויף שמוליק עצמון ווי ער רעדט ייִדיש אויף דער קליינער בינע האָט זיך מיר געדאַכט אז איך האָב זיך געטראָפֿן מיט מײַן עלטער־זיידן”.

אַגבֿ, אַ סך טוריסטן קומען קיין וואַרשע אין אויגוסט און ווילן זען עפּעס אַ ספּעקטאַקל אויף ייִדיש. דער ייִדישער טעאַטער, ווי אַלע אַנדערע טעאַטערס, איז אָבער פֿאַרמאַכט אין חודש אויגוסט ווײַל די אַקטיאָרן זענען אויף זומער־וואַקאַציע. אויב איר קענט אָבער קומען קיין וואַרשע אין חודש סעפּטעמבער וועט איר קענען זען אַ ריי פֿאָרשטעלונגען אין ראַמען פֿונעם „באַשעוויס־פֿעסטיוואַל‟. הײַיאָר וועט דער ייִדישער טעאַטער נאָך אַ מאָל שפּילן „די קליינע מענטשעלעך” און טאַקע אויף ייִדיש.


50סטע יאָרצײַט פֿון דער ייִדישער מאָלערין, מעלאַ מוטער

דעם 16טן מײַ 1967, פּונקט מיט פֿופֿציק יאָר צוריק, איז אַוועק אין דער אייביקײט מעלאַ מוטער, די ערשטע פּראָפֿעסיאָנעלע פּוילישע־ייִדישע מאָלערין. געהייסן האָט זי אייגנטלעך מאַריאַ מעלאַניאַ מוטערמילך און זי איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע אין יאָר 1876.

מעלאַ מוטער שטאַמט פֿון אַ משפּחה פֿון אַסימילירטע וואַרשעווער ייִדן. דער טאַטע, זיגמונט קלינגסלאַנד, איז געווען אַ באַוווּסטער קונסט־קריטיקער.

אין יאָר 1901, נאָך אַ יאָר לימודים אין דער קונסט־אַקאַדעמיע פֿאַר פרויען אויפֿן נאָמען פון י. קאַטאָברינסקי, קומט זי מיט איר מאַן, מיכאל מוטערמילך, קיין פּאַריז. אין פּאַריז האָט זי ממשיך געווען אירע לימודים אויף פֿאַרשיידנע קונסט־אַקאַדעמיעס.

מעלאַ מוטער באווײַזט אירע מאָלערייען אין די גרויסע גאַלעריעס אין פֿראַנקרײַך, שפּאַניע, דײַטשלאַנד און אַפֿילו אַמעריקע (צווישן זיי — אינעם „קאַרנעגי אינסטיטוט‟ אין וואַשינגטאָן).

מוטער האָט געהערט צו דער סמעטענע פֿון דער פּאַריזער געזעלשאַפֿט. זי האָט געמאָלט די פּאָרטרעטן פֿון גרויסע פּערזענלעכקײטן ווי זשאָרזש קלעמאָנסאָ, מאָריס ראַוועל, עריק סאַטי און אויך רײַנער מאַריאַ רילקע. רײַנער מאַריאַ רילקע ווערט באַטראַכט ווי איינער פֿון די וויכטיקיסטע דײַטשע פּאָעטן אינעם צוואָנציקסטן יאָרהונדערט. ער איז געשטאָרבן פֿון אַ שווערער קראַנקהײט אין עלטער פֿון 55 יאָר, און מוטער איז געווען זײַן לעצטע ליבע.

מעלאַ מוטערן האָבן נישט געפֿעלט קיין צער און צרות. איר איינציקער זון איז געשטאָרבן יונגערהייט און כּמעט דאָס גאַנצע לעבן האָט זי געהאַט פֿינאַנציעלע פּראָבלעמען.

ווי אַ סך מאָלערס האָט זי מסתּמא געהאַט מער קאָמערציעלן דערפֿאָלג נאָך איר פּטירה. ווי מיר ווייסן אַלע, האָט וואַן גאָך, למשל, נישט מצליח געווען צו פֿאַרקויפֿן זײַנע בילדער כּל־זמן ער האָט געלעבט, אָבער זײַנס אַ מאָלערײַ (דער פּאָרטרעט פֿון דאָקטאָר גאַשע) האָט מען פֿאַרקויפֿט פֿאַר אַ ביסל מער ווי 150 מיליאָן דאָלאַר.

מעלאַ מוטערס מאָלערײַען, פֿאַרשטייט זיך, זענען נישט אַזוי טײַער. פֿון דעסטוועגן, וואָלט איך געווען אַ בעלן צו האָבן עטלעכע פֿון זיי. ראשית־כּל, זענען זיי זייער שיין. והשנית, קען מען זיי פֿאַרקויפֿן פֿאַר גאַנץ בכּבֿודיקע געלטער. נעמט, למשל ,איר בילד “סאַן טראָפּע פֿישער־פּאָרט”. ס׳איז כּדאַי צו וויסן אַז די ליציטאַציע־פֿירמע “קריסטיס” האָט באַצייכנט מעלאַ מוטער ווי איינע פֿון די מאָדערנע אימפּרעסיאָניסטן. פֿאַרקויפֿט האָבן זיי דאָס בילד פֿאַר $88,900.