פֿאָלקסבינעס „דאָס גאָלדענע לאַנד‟ — דאָס מאָל אין גאַנצן אויף ייִדיש

Folksbiene's "The Golden Land" — This Time Entirely in Yiddish


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 26, 2017, issue of May 26, 2017.

נאָכן קריטישן און פּאָפּולערן דערפֿאָלג פֿונעם מיוזיקל „די גאָלדענע כּלה‟ בײַ דער פֿאָלקסבינע, וועט דער קומענדיקער סעזאָן זיך אָנהייבן מיט נאָך אַ „גאָלדענעם מיוזיקל‟ — איר פּאָפּולערע פּיעסע „דאָס גאָלדענע לאַנד‟.

דער 103־יעריקער טעאַטער האָט לעצטנס געלאָזט וויסן, אַז ער וועט צוריקברענגען זײַן פּאָפּולערן מיוזיקל געווידמעט דער מוזיק פֿון די ייִדישע אימיגראַנטן אין אַמעריקע — אָבער דאָס מאָל מיט אַ נײַעם לבֿוש. כאָטש דער אָריגינעלער מיוזיקל, וואָס מע האָט געשאַפֿן אין 1984 לכּבֿוד דעם 85סטן יאָרטאָג פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, איז געווען אויף ענגליש מיט ייִדישע לידער, וועט מען שפּילן דעם נײַעם „אַמעריקע: דאָס גאָלדענע לאַנד‟ אין גאַנצן אויף ייִדיש.

אָנגעשריבן פֿון זלמן מלאָטעק און משה ראָזענפֿעלד, וועבט דער מיוזיקל צונויף די אַמעריקאַנער ייִדישע מוזיק פֿון 1897 ביז די 1940ער יאָרן מיט אויסצוגן פֿון אינטערוויוען מיט אַלטע אימיגריאַנטן, וואָס די סצענאַריסטן האָבן אַליין געמאַכט. ברײַנע וואַסערמאַן וועט רעזשיסירן די פּראָדוקציע און זלמן מלאָטעק וועט דיריגירן די מוזיק, וואָס וועט אַרײַננעמען אַ קלעזמער־קאַפּעליע פֿון זיבן מוזיקער אויף דער בינע.

דער אַנסאַמבל וועט אַרײַננעמען אַ ריי אַקטיאָרן, וואָס האָבן עטלעכע מאָל געשפּילט אויף „בראָדוויי‟ אָבער וואָס האָבן ניט קיין דערפֿאַרונג אויף קיין ייִדישער בינע. איין אויסנאַם איז דער זינגער און אַקטיאָר דניאל קאַהן, וואָס האָט פֿאַראַיאָרן געשפּילט אין דער „ניו־ייִדיש־רעפּס‟ פּראָדוקציע פֿון „טויט פֿון אַ סיילסמאַן‟ און וואָס קען אַ פֿליסיקן ייִדיש. אַחוץ אים האָבן אַ פּאָר פֿון די אַנדערע אַקטיאָרן, אַרײַנגערעכנט דאַני מאַרקוס און גלען סעווען אַלען, פֿריִער געשפּילט אין פּראָדוקציעס פֿון דער „פֿאָלקסבינע.‟

די פֿאָרשטעלונג וועט האָבן איר פּרעמיערע אין אַ פּאַסיקן טאָג — דעם 4טן יולי — און די פּראָדוקציע וועט אָנגיין פֿינף וואָכן — ביזן 6טן אויגוסט.

אַחוץ דעם וואָס דניאל קאַהן וועט שפּילן אינעם מיוזיקל „אַמעריקע: דאָס גאָלדענע לאַנד‟, האָט די „פֿאָלקסבינע‟ אויך געלאָזט וויסן, אַז ער וועט אָנטיילנעמען אין זייער יערלעכן קאָנצערט אין צענטראַל־פּאַרק „ייִדישע נשמה‟. דער קאָנצערט וועט פֿאָרקומען מיטוואָך, דעם 14טן יוני, 7 אַזייגער אין אָוונט.