אַ גרופּע קינדער וואָס ניקאָלאַס ווינטאָן, באַקאַנט ווי דער „בריטישער שינדלער‟, האָט געראַטעוועט פֿון די נאַציס, האָט לעצטנס אויפֿגעדעקט אַ מאָנומענט אין פּראָג לזכּרון זייערע טאַטעס און מאַמעס.
אויפֿן מאָנומענט, וואָס מע וועט רופֿן דעם „געזעגענונג־דענקמאָל‟, געפֿינט זיך אַ רעפּליק פֿון אַ באַנטיר פֿון 1939, מיט די האַנטדרוקן פֿון קינדער אויף איין זײַט פֿון דער טיר, און האַנטדרוקן פֿון די עלטערן אויף דער צווייטער, האָט איבערגעגעבן די „איי־פּי‟. דער דענקמאָל איז דעדיקירט געוואָרן דעם 27סטן מײַ אין דער הויפּט־באַנסטאַנציע פֿון פּראָג.
ס׳רובֿ פֿון די קינדער וואָס ווינטאָן האָט געראַטעוועט, זענען אָנגעקומען קיין ענגלאַנד דורכן „קינדער־טראַנספּאָרט‟, און געפֿונען אַ היים בײַ בריטישע קעסט־עלטערן; זייערע לײַבלעכע עלטערן האָבן זיי קיין מאָל מער נישט געזען.
ווינטאָן איז ניפֿטר געוואָרן אין 2015 אין עלטער פֿון 106 יאָר.
ווינטאָן, דער אָפּגעשמדטער זון פֿון ייִדישע עלטערן, איז געווען אַ 29־יאָריקער אַקציאָנער, ווען ער איז אָנגעקומען אין פּראָג אין דעצעמבער 1938. ער האָט געזאָלט גיין אויף סקי אין דער שווייץ, אָבער האָט זיך באַרעכנט ווען ער האָט דערהערט וועגן דעם פּליטים־קריזיס אין טשעכאָסלאָוואַקײַ, וואָס די נאַציס האָבן ערשט געהאַט פֿאַרכאַפּט.
במשך פֿון נײַן חדשים האָט ווינטאָן אָרגאַניזירט אַכט באַנטראַנספּאָרטן וואָס האָבן געבראַכט 669 קינדער, ס׳רובֿ פֿון זיי — ייִדישע, פֿון טשעכאָסלאָוואַקײַ קיין ענגלאַנד.
ווינטאָנס העראָיִזם איז שיִער נישט פֿאַרגעסן געוואָרן ביז די 1980ער יאָרן ווען זײַן פֿרוי האָט געפֿונען דאָקומענטן וועגן דער ראַטיר־אַקציע. די אַנטדעקונג האָט דערפֿירט צו אַ ווידערטרעף מיט אַ טייל פֿון יענע קינדער, ווי אויך אַ דאָקומענטאַר־פֿילם.
פֿאַראַיאָרן האָט די טשעכישע רעגירונג געבראַכט ווינטאָן קיין פּראָג מיט אַ מיליטערישן עראָפּלאַן, כּדי צו באַקומען איר העכסטע אויסצייכענונג.
מע רופֿט ווינטאָן „דער בריטישער שינדלער‟ נאָכן דײַטשן אינדוסטריאַליסט אָסקאַר שינדלער, וועלכער האָט געראַטעוועט בערך 1,200 ייִדן במשך פֿונעם חורבן. די געשיכטע איז געשילדערט געוואָרן אין סטיווען שפּילבערגס פֿילם „שינדלערס ליסטע‟ וואָס האָט געוווּנען דעם „אָסקאַר‟ פֿאַרן בעסטן פֿילם אין 1994.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.