דעם קומעדיקן דינסטיק, לכּבֿוד דעם 150סטן יאָר פֿון קאַנאַדעס אומאָפּהענגיקייט, וועט מען אויף דער קאַנאַדער טעלעוויזיע פֿאָרשטעלן די קאַנאַדער נאַציאָנאַלע הימנע אויף ייִדיש.
הינדי נאָסעק־אַבלסאָן, אַן איבערזעצערין און ייִדיש־לערערין, האָט געשאַפֿן דעם ייִדישן נוסח פֿון „אָ קאַנאַדע‟. אַ געבוירענע אין אַ „די־פּי‟־לאַגער אין קאַזל, דײַטשלאַנד, האָבן ביידע אירע עלטערן פֿאַרלוירן זייער פֿריִערדיקן זיווג און קינדער בשעתן חורבן. לויט אַ פּרעסע־קאָמוניקאַט וועגן דעם דעביוט פֿון איר ייִדישן נוסח פֿון „אָ קאַנאַדע‟ האָט זי דערקלערט, אַז זי האָט געשאַפֿן די איבערזעצונג לכּבֿוד „מײַנע עלטערן און אַלע אַנדערע ייִדיש־רעדנדיקע אימיגראַנטן וואָס האָבן זיך געפֿילט געבענטשט, וואָס זיי זענען אָנגעקומען אַהער קיין קאַנאַדע, און זיי וואָלטן געזונגען דעם דאָזיקן הימען מיטן גרעסטן שטאָלץ.‟
נאָסעק־אַבלסאָנס איבערזעצונג וועט געניסן פֿון אַ גראַנדיעזן דעביוט, אַ דאַנק אַ צווייטן קינד פֿון ייִדן וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן. משה זניימער, אַ מעדיע־מאַגנאַט וואָס פֿירט אָן מיט דער גרויסער פֿירמע ZoomerMedia, איז געבוירן געוואָרן אין טאַדזשיקיסטאַן אין 1942 בײַ ייִדישע פּליטים פֿון פּוילן און לעטלאַנד. ווען זניימער איז אָנגעקומען קיין קאַנאַדע אין 1948 האָט אַ פֿאָטאָגראַף אַראָפּגענומען פֿון אים אַ בילד אינעם האַליפֿאַקסער פּאָרט. דאָס בילד איז שפּעטער געדרוקט געוואָרן אויף דער ערשטער זײַט פֿון דער צײַטונג The Standard Review מיטן קעפּל „׳די־פּיס׳ מיט אַ צוקונפֿט‟.
דורך זײַן טעלעוויזיע־סטאַנציע VisionTV האָט זניימער אײַנגעאָרדנט אַ ספּעציעלע פּראָגראַם, וואָס וועט פֿאָרקומען דעם 6טן יוני, אין וועלכער אַ ריי באַרימטע פּערזענלעכקייטן און פּראָפֿעסיאָנעלע זינגער וועלן פֿאָרשטעלן די נײַע ייִדישע איבערזעצונג פֿון „אָ קאַנאַדע‟. בעת דער טראַנסמיסיע פֿונעם אויפֿטריט וועלן די טעלעוויזיע־צוקוקער זען דעם טעקסט אויף ייִדיש מיטן לאַטײַנישן אַלפֿאַבעט. כּדי די צוקוקער זאָלן קענען בעסער מיטזינגען, וועט אַ קליינע פּילקע זיך אָפּבאַלעמען אויף די ווערטער בעת מע זינגט דאָס ליד.
אָט איז אַ טייל פֿון דער איבערזעצונג:
אָ קאַנאַדע
אונדזער היים און אייגן לאַנד
מיר ליבן דיך מיט וווּנדער און פֿאַרשטאַנד
מיט הערצער פֿולע זעען מיר
אַ לאַנד גרויס מיט פֿרײַהייט
פֿון נאָענט, ווײַט.
אָ קאַנאַדע
מיר שטייען בײַ דײַן זײַט
גאָט שטיץ דאָס לאַנד, פּרעכטיק מיט פֿרײַהייט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.